בלאט 1 פון 3
גענעראל פארזאמלונג א' שמות תשע"ח בקהילת מהר"א וומס"ב
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:34 am
דורך איסר האטלקי
איינער ווייסט מער פרטים וואס מען פלאנט אויפצוטון ביים אסיפה דעם זונטאג?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:30 am
דורך ימים ידברו
ווען פאלט אויס היי יאר א' שמות?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:41 pm
דורך סקרן
א טאג נאך שבת ויחי
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 2:18 pm
דורך ימים ידברו
ווער גייט רעדען? ווי גייט דאס זיין? אי זדאס א נייע א' שמות עפאכע? וואס קימט רבותי גאנצעל בערל בעל עגלה רופט ענק אן מיר זענען אלע געשפאנט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:22 pm
דורך דער שכן
ימים ידברו האט געשריבן:ווער גייט רעדען? ווי גייט דאס זיין? אי זדאס א נייע א' שמות עפאכע? וואס קימט רבותי גאנצעל בערל בעל עגלה רופט ענק אן מיר זענען אלע געשפאנט
הו קעערס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:38 pm
דורך איסר האטלקי
דער שכן האט געשריבן:ימים ידברו האט געשריבן:ווער גייט רעדען? ווי גייט דאס זיין? אי זדאס א נייע א' שמות עפאכע? וואס קימט רבותי גאנצעל בערל בעל עגלה רופט ענק אן מיר זענען אלע געשפאנט
הו קעערס
איך, ווער נאך?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:39 pm
דורך איסר האטלקי
ביהמ"ד הג' הופער סטריט. ראש הקהל ר' מאיר זעליג ריספלער גייט אויפטרעטן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:43 am
דורך שמעון וואלף
וואס איז, מ'מאכט שוין ווידער א טיילונג?
אפשר גאר גייט מאיר זעליג, אלס אקאונטענט, מסביר זיין די טעקס רעפארם ביל
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:50 am
דורך berlbalaguleh
דער שכן האט געשריבן:ימים ידברו האט געשריבן:ווער גייט רעדען? ווי גייט דאס זיין? אי זדאס א נייע א' שמות עפאכע? וואס קימט רבותי גאנצעל בערל בעל עגלה רופט ענק אן מיר זענען אלע געשפאנט
הו קעערס
דער שכן: ייש"כ. יעצט זאג דו מיר אויב הרב ..."ימים ידברו"...איז נישט קיין טעס ראיש אלעוו לאמעד לאמעד...?
אנטשולדיגטס פאר שרייבן מיט'ן אידישיסטישן, קאמוניסטישן , סטאליניסטישן, אויסלייג. אזוי ווי איליא עהרענבורג און איציק פעפער הי"ד וואלטן עס געשריבן (הי"ד גייט נאר ארויף אויף ר' איציק פעפער. ווייל ער איז נעבעך געווען א תינוק שנשבה. און סטאלין האט איהם געהרג'עט.)...!
נ.ב.: עטץ קענטץ אוועקנעמען אלע מיינע איבעריגע, נארישע קאמענטס. אבער דער פאקט בלייבט אז ימים ידברו איז א טראלללללללל....!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:19 am
דורך [NAMELESS]
זייט ר' מאיר זעליג איז געווארן אויפגעוואקסן אלס ראש הקהל דורך רבינו שליט''א האט ער אנגעפאנגען צו רעדן פון א נייע הנהגה פארקערט ווי זיין פארגייער ע''ה וואס יענע תקופה איז באקאנט אלס די ראזענבערג עפאכע וואס האט אריינגעפירט סאטמאר אין קאורט, און בכלל איז עס געווען א מהלך געבויעט פון זיך שלאגן און מבזה זיין יעדע גדול און ת''ח וואס גייט נישט אין שפאן.
לעצטענס נאכדעם וואס דער נייע ראש הקהל איז אריבער א שווערע עקסידענט האט ער דאס אנגענומען ווי א מעססעדש מן השמים צו טון אויף למעשה.
ווי שמועות גייען ארום פלאנט ער אראפצונעמען די וואנט וואס איז געבויעט געווארן אפצוטיילען די אלטע בית החיים און די נייע און עס וועט פאראייניגט ווערן אין איין בית החיים.
זעהט זיך אויס אלס תשובת המשקל האט ער עס קובע געווען אויף א' שמות, די טאג וואס איז טרויעריג באקאנט אין סאטמאר פון די ראזענבערג עפאכע אלס טאג וואס בוגדים פלעגן זיך צוזאם און זיך צוזאם הערן העצערישע דרשות מלא ליצנות פון גדולי ישראל, בפרט מיט מבזה זיין די מרן הברך משה, איז יעצט אלס תשובת המשקל וועט עס דינען צו בארוהיגען דעם ציבור און שלום מאכן מיט די מצב.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:31 am
דורך berlbalaguleh
עמעזאן: פון דיין תגובה האביך א הנאה. דו שרייבטסט כאטש דברים של טעם (אזוי ווי זויערע פיקלס). צו אלעס איז אזוי ווי דו זאגסט ווייס איך נישט. ווייל איך בין נישט געווען ביי די דרשות פון ברך משה. וואו דו זאגסט אז ער האט געהאקט און געמאכט ליצנות פון אלע גדולי ישראל. איך האב געקענט אן אנדער'ן מענטש. אן אלטן צובראכענעם איד. אן עובד ה' ובעל טובה וגמילות חסד. און א ת"ח און מתמיד עצום.
לגבי די סאבדזשעקט וואס מ'גייט רעדן ביי די נייע אלף שמות דרשה. ס'ליגט מיר אין די לינקע פיאה. נאר אויב מ'וועט געבן פרעצלס און קאלא סאודע אדער דזשינדזשער עיל וועל איך, בלי"נ גיין. אויב איך האב נישט קיין בעסערע זאכן צו טון יענעם טאג...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:42 am
דורך [NAMELESS]
ר' בערל מיין כוונה, אז ביים מעמד ''סהאט געהייסען'' (יסוד איתן בלע''ז) פלעגן זיי ליצנות מאכןפון מרן הברך משה
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:49 am
דורך berlbalaguleh
אה. איך פארשטיי שוין. דאס האט טאקע נישט געטויגט. לאמיר האפן אז זאכן האבן זיך געטוישט לטובה...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:36 am
דורך איסר האטלקי
שמועות לויטן אז זיי פלאנען מעגליך יא צו אנערקענען אין ירושלים אלס הויפט שטאט.
אדער אפשר וועלן זיי אנערקענען קרית יואל? מ'קען שוין גארנישט וויסן....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:56 am
דורך ימים ידברו
איך האב גהערט אז מאיר זעליג זאגט פאר דעם געלט קען שוין בערל בעל עגלה זיין ראש הקהל....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 11:35 am
דורך גאנצל
אלס מיינען זיי נעבעך אז מ'גייט שוין אראפנעמען די וואנט.......... און געפעלט מיר ווי ער לייגט דאס דראמאטיש אראפ אז היות ר' מאיר זעליג האט דאך געהאט א עקסידענט ווי ער האט זיך צובראכן אלע ביינער און קוים ארויס מיט'ן לעבן דערפאר האט ער פון זיך אליין פארשאטנען אז מ'דארף עפענען די בית החיים און לאזן אן א חומה איך מיין אז ס'איז בנגוד הלכה דעס צו טון
ווי איך שטעל מיך פאר גייען זיי זיך צוזאם נעמען און זיך מחזק זיין נאך די ביטערע שווערע לאקשעדיגע קלאפ וואס זיי האבן יעצט נאך דעם שבת פון רז"ל ט"ב אין מאנטריאל און מען גייט עפענען א קופה צו קענען איינקויפן נאך טויזענט אויער שיצער............
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:20 pm
דורך berlbalaguleh
גאנצל: ייש"כ. איך זעה אז ווען מ'דארף קענסטו צוריקשיסן. נאר איין זאך איז זיכער א ר' י.י. איז א טעסס ראיש אלעוו לאמעד...! כמו שאמרתי למעלה...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:16 pm
דורך שושן פורים
berlbalaguleh האט געשריבן:עמעזאן: פון דיין תגובה האביך א הנאה. דו שרייבטסט כאטש דברים של טעם (אזוי ווי זויערע פיקלס). צו אלעס איז אזוי ווי דו זאגסט ווייס איך נישט. ווייל איך בין נישט געווען ביי די דרשות פון ברך משה. וואו דו זאגסט אז ער האט געהאקט און געמאכט ליצנות פון אלע גדולי ישראל. איך האב געקענט אן אנדער'ן מענטש. אן אלטן צובראכענעם איד. אן עובד ה' ובעל טובה וגמילות חסד. און א ת"ח און מתמיד עצום.
לגבי די סאבדזשעקט וואס מ'גייט רעדן ביי די נייע אלף שמות דרשה. ס'ליגט מיר אין די לינקע פיאה. נאר אויב מ'וועט געבן פרעצלס און קאלא סאודע אדער דזשינדזשער עיל וועל איך, בלי"נ גיין. אויב איך האב נישט קיין בעסערע זאכן צו טון יענעם טאג...!
בערל קום צו מיר, איך שטעל צו קאולע, דזשינזשער קעיל, און לעמאן סאודע, מיט א היימישע הכשר שטייצעך, פרעצלס און פאפקארן מיט פאטעיטע טשיפס, עמער פארברענגען די נאכט מיט זכרונות פונעם ערשטן באלעגאלע פון אורוגוואי
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 6:53 pm
דורך signout
עמעזאן האט געשריבן:זייט ר' מאיר זעליג איז געווארן אויפגעוואקסן אלס ראש הקהל דורך רבינו שליט''א האט ער אנגעפאנגען צו רעדן פון א נייע הנהגה פארקערט ווי זיין פארגייער ע''ה וואס יענע תקופה איז באקאנט אלס די ראזענבערג עפאכע וואס האט אריינגעפירט סאטמאר אין קאורט, און בכלל איז עס געווען א מהלך געבויעט פון זיך שלאגן און מבזה זיין יעדע גדול און ת''ח וואס גייט נישט אין שפאן.
לעצטענס נאכדעם וואס דער נייע ראש הקהל איז אריבער א שווערע עקסידענט האט ער דאס אנגענומען ווי א מעססעדש מן השמים צו טון אויף למעשה.
ווי שמועות גייען ארום פלאנט ער אראפצונעמען די וואנט וואס איז געבויעט געווארן אפצוטיילען די אלטע בית החיים און די נייע און עס וועט פאראייניגט ווערן אין איין בית החיים.
זעהט זיך אויס אלס תשובת המשקל האט ער עס קובע געווען אויף א' שמות, די טאג וואס איז טרויעריג באקאנט אין סאטמאר פון די ראזענבערג עפאכע אלס טאג וואס בוגדים פלעגן זיך צוזאם און זיך צוזאם הערן העצערישע דרשות מלא ליצנות פון גדולי ישראל, בפרט מיט מבזה זיין די מרן הברך משה, איז יעצט אלס תשובת המשקל וועט עס דינען צו בארוהיגען דעם ציבור און שלום מאכן מיט די מצב.
אז די פירסט שוין יא אריין די אשכול אין צימעס, אויב גייט מען זעהן אז ער גייט נישט האבען גערעדט איבער די אנגעווייטוגטע וואנט פין ביה''ח, וועט מען זעהן אז די גאנצע תגובה דיינע איז ליגענט אדער כ'וויל מיך נאך דארפן ברעכן קאפ צו וויסן קעגן וועלכע גדול אין ת''ח ר' יצחק ראזענבערג האט אטאקירט פארן נישט גיין אין שפאן, אדער ווען מ'האט א' שמות מבזה געווען דעם ברך משה, דארפסט פארשטיין אז נישט יעדער קויפט אפ אלעס וואס דער איד שרייבט אין נישט יעדער האט געהערט שאול פערלשטיין'ס דרשות
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 6:55 pm
דורך signout
ס'זעהט אויס אז ס'גייט זיין א קורצע זאך ס'נישט מבטל זיין די שיעורי תורה, אין ס'גייט מעגליך אויך רעדן די סאטמאר וומסב''ג רב ר' מענדל טייטלבוים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 6:55 pm
דורך signout
עמעזאן האט געשריבן:ר' בערל מיין כוונה, אז ביים מעמד ''סהאט געהייסען'' (יסוד איתן בלע''ז) פלעגן זיי ליצנות מאכןפון מרן הברך משה
אזוי? וועלכע ליצנות? ס'איז א געפערליכע זאך צו מאכען ליצנות פין א רבי'ן ברבים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 7:42 pm
דורך גאנצל
ער מיינט צו זאגן אז מ'האט אויפגעוויזן דארט ווער ס'האט מבזה געווען
בכלל אין די זאלי שפראך הייסט אויפדעקן דעם אמת מבז"ה געווען........
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:01 am
דורך פיינע קאווע
די פארזאמלונג דארף זיין מער ווייניגער איבער פארקויפען זיצען אין 14 הופער כדי צו קענען באצאלען די מארטגעדש און אנהייבן מיט איבער בויען 13
פאר פרטים וועל מיר ווארטען אויף זונטאג