בלאט 1 פון 1
געמבלינג בתוכינו
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 5:30 pm
דורך תורה ומדע
זאגט מיר נעכטען א ידיד אז זיין שוואגער איז אן ערנסטער געמבלער. ער איז א כלומרשטער נארמאלע מענש מיט א משפחה, ערליכער, חסידישער אינגערמאן, וכדו׳, אבער ער פארט כסדר אין קאסינאוס געמבלען. אדערווייל איז דער שלום בית ניט צו גוט און ס׳ווארשיינליך דא אנדערע פראבלעמען. אודה ולא אבוש אז איך בין אביסעל נאייוו אין דעם ענין. אבער איך וואונדער זיך ווי נפוץ איז דאס אין אונזער געזעלשאפט. וואס ברענגט דערצו. וואס זענען תוצאות פון דעם. ווער סהאט אינפארמעישן פליז לאזט אייך הערען. איך האב איהם געזאגט אז כ׳עלל מברר זיין און איהם מייעץ זיין.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 6:13 pm
דורך [NAMELESS]
אויב ער צאלט מיט דעם שכר לימוד איז ער פטור פון מעשר.
ווער רעדט נאך אויב מיט דעם קויפט ער כשר פלייש מיט מאכלי שבת, איז דאך סתם אזוי חל א ברכה אין די געלט...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 6:52 pm
דורך שמעקעדיג
אין מאמענט איז לעצטנס געווען באשריבן אן ארטיקל פון היימישע אדיקשאנס, ובתוכם געמבלינג.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 7:41 pm
דורך [NAMELESS]
אדיקשן איז נאר איין חלק פון די פראבלעם, ס'דא א פראבלעם פארדעם אז מ'שפילט שוין ווען מ'איז בכלל נישט גרייט פאר דעם, ותוצאותיו...
אבער אויב איינער איז א קלארע מומחה, און ער האט אביסל (ניין, אסאך..) קאנטראל אויף זיך, קען מען הערן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:אויב ער צאלט מיט דעם שכר לימוד איז ער פטור פון מעשר.
ווער רעדט נאך אויב מיט דעם קויפט ער כשר פלייש מיט מאכלי שבת, איז דאך סתם אזוי חל א ברכה אין די געלט...!
בן אדם: הני מלי ווען ער געווינט. אבער רוב מאל, ליידער פארלירט מען. אזוי אז די שאלה פון אסמכתא איז נאכנישט דא. ווייל די קאסינא אייגנטומערס קענען בעסער ווי א יעדער איינער אויסרעכענען די ..."אדדס"...פון געווינען און פארלירן. און אויב זיי זעהען אז איינער איז צו א גרויסער מבין, לאזן זיי איהם נישט ווייטער שפיעלן.
וועם איך קען נאר. וואס ער איז מתחילה געווען א נארמאלער, געסעטלטער, בעל הבתיש'ער מענטש, און ר'האטציך אריינגעלאזט אין געמבלינג האט ער אלעס פארלוירן. א יונגערמאן וואס האטציך ארויפגעארבעט מיט די אייגענע 2 הענט דורך אמביציע און שווערע ארבעט ביז ער האט שוין געהאט 2 גוט-גייענדיגע סטארס, האט אלעס פארלוירן. אריינגערעכנט זיין משפחה. און כש"כ די ביזנעס. ווייל ער האטציך אריינגעלאזט אין געמבלינג...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 10:01 pm
דורך [NAMELESS]
די תירוץ איז אין מיין צווייטע תגובה.
איינער וואס האט נישט וואס צו פארלירן (א.ש. וו. פול מיט חובות, האט ממילא נישט קיין שלום בית וכדו') קען עס ענדערש נעמען אין באטראכט. ואלוקי אברהם יהי' בעזרו.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 11:56 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:אויב ער צאלט מיט דעם שכר לימוד איז ער פטור פון מעשר.
ווער רעדט נאך אויב מיט דעם קויפט ער כשר פלייש מיט מאכלי שבת, איז דאך סתם אזוי חל א ברכה אין די געלט...!
בן אדם:
הני מלי ווען ער געווינט. אבער רוב מאל, ליידער פארלירט מען.
ס'פונקט פארקערט. הני מילי ווען מ'פארלירט דעמאלטס איז מען אנגעזעצט און מ'קלערט אפשר פון אויפגעבען און אהיים גיין. אבער ווען מ'געווינט ערשט דעמאלטס הייבט זיך אן די פראבלעם און די עדיקשאן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 12:07 am
דורך החוקר
איך האב א חבר וואס גייט געמבלען, אבער עס נישט קיין עדיקשאן ביי אים. ער נעמט מיט א הונדערט, צוויי, דריי און שפילט. אמאל מאכט ער און אמאל פארלירט ער, אויב פארלירט ער דאס גאנצע הייבט ער זיך אויף און גייט אהיים.
איינער וואס שפילט אזוי זע איך נישט קיין פראבלעם, עס איז אינטערטעינמענט ווי אלע אנדערע. פארשטייט זיך אז נאר ווען איינער איז בכח צו שפילן נאר לשם שפילן, נישט אויף מאכן געלט ווייל The house always wins.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 6:46 pm
דורך הקטן
בן אדם האט געשריבן:אבער אויב איינער איז א קלארע מומחה, ..., קען מען הערן.
אין כזה דבר!
The house always wins.
Re: געמבלינג בתוכינו
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 7:41 pm
דורך או אינו
וואס איז דאס בתוכינו? דיין נאז איז אויך א אידישע זאך? עדיקשאן איז א פראבלעמאטישע העביט ביי יעדע בילאגישע מזג. דער מענטש האט אבער א כח פטור צי ווערן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:22 pm
דורך shem-tov
אוי איז דאס א גרויסער פראבלעם. איך בין ליידער זייער אויסגעקאכט אין די נושא שוין אסאך דא געשריבן. געליינט ערגעץ א אינטערסאנטע סטאדי אז 92 פערצענט מענטשן געווינען אין קעסינאו אבער נאר 7 פראצענט וואקן אוועק פון טיש אלץ געווינער
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2018 10:47 am
דורך תורה ומדע
דהיינו?
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 7:15 pm
דורך איך אויך
הקטן האט געשריבן:אין כזה דבר!
The house always wins.