בלאט 1 פון 2
א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2018 1:59 pm
דורך קל וחומר
מיכאל וואלף האט זיך אנגעגעבן אלס א טראמפ שטיצער קאלומניסט און האט פארשריגן עפענטליך די 'פאלשע נייעס מידיע' און אזוי ארום באקומען איינטריט אין די האקעלסטע פלעצער פונעם ווייסן הויז און אנגעקניפט באציאונגען מיט די נענטסטע צום פרעזידענט.
וואס טראמפ האט נישט געוואוסט איז אז ער האט געארבעט שטילערהייט אויף א בוך וואס באהאלט נישט גארנישט איבער אים.
די בוך איז היינט ארויס, און איז די נומער איינס רענק פון ביכער און פארמאגט שוין אריבער הונדערט רעיטינגס.
טראמפ איז פארשטייט זיך פארנומען לייקענען אז מיכאל האט בכלל געהאט די עקסעס וואס ער זאגט ער האט אנגעבליך געהאט.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2018 8:34 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
כ'האב געזעהן
די איינסער איבעזיכט אויף עמעזאן אין די קישקעס האט זיך מיר געדרייעט.
VERY SAD!!!!!
I read a lots of books more than anyone and this book is a DISGRACE.Wolff is a loser A TOTAL LOSER and everyone knows it. you know it, I know it, everyone knows it.This book is NOT FOR SMART PEOPLE. Only a very for dumb people would read this TRASH. Only very dumb people like, not the kind of book I would read because I’m one of the SMARTEST PEOPLE. Ask anyone, anywhere in the world—ITS TRUE! If you like to read words, and I like to read words—I read a lot of words, every day. All kinds of words. I know More words than most people know. People are always saying I have THE BEST WORDS!!!. They always asking me about the words I read, because everyone wants to know—so if you want to read really good words then you should read THE ART OF THE DEAL it has tremendos words, really BIG BEAUTIFUL WORDS, you should read that book,It’s a really great book, really fantastic./ just a fantastic a book and one of the best books you can read so you should read that and not this LOSER wolff guy PATHETIC!!!!!!!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2018 8:40 pm
דורך איסר האטלקי
ירום הודו בכבודו ובתקפו!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2018 8:50 pm
דורך ליפא
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 2:01 am
דורך קורקלענד
כנגד אלעס וואס טראמפ איז דערווייל איבערגעקומען און בייגעשטיגן, איז דאס א זייער א קליינע נארישע באמפּ. לעת עתה זעהט אויס ווי בעננאן האט געהאט אסאך א גערעסערע קלאפ א דאנק די ביכל ווי טראמפ..... אויך דער שרייבער'ס רעפוטאציע זעהט נישט אויס ווי מען וועט איהם נאך פארטרויען אין זיין קאריערע להבא.
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 5:37 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט אז פון די גאנצע שרייעריי פון טראמפ ודעימיה, האט מען ביזדערווייל גארנישט געלייקענט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 9:05 am
דורך כלבאשבוע
פידיעף פון גאנצע בוך
https://ufile.io/9t47chttp://www.filedropper.com/michaelwolff-fireandfury[tag]טרויבן88[/tag] אפשר לייג עס אויף גוגל דרייוו ווייל די לינקס עקספייערן
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:51 pm
דורך קורקלענד
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 1:03 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: יעצט קענמען פארשטיין די הארבקייט פון דעם לאוו אין די תורה פון ..."לא תלך רכיל בעמך"...אפגעזעהן פון איד/גוי. פון א מענטשליכן פערספעקטיוו איז דאך דאס איינס פון די גרעסטע פארברעכנס. א משפחה געט דיר זייער צוטרוי און דו דרייסט דיך דארט פראנק און פריי. דו זעהסט אלעס און דו פויקסט עס אויס אין די גאנצע וועלט. האלבע אמת'ן און גאנצע ליגנטס. צו פארשעמען מענטשן פאר די גאנצע וועלט.
דער שרייבער מייקל וואלף איז דאך זייער א געמיינער מענטש. ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט, וואלט מען באיקאטירט זיין בוך. קיינער וואלט עס נישט געקויפט. און ער וואלט זיך דערשטיקט מיט זיינע ביכער. און שאדן געהאט געלט. אבער ליידער איז היינט אזא וועלט אז מ'האט ליעב לשון הרע און רכילות אויף א צווייטן. כל שכן א פראמינענטע משפחה. איז זיין בוך געווארן א בעסט סעללער.
אין אזעלכע דיקטאטארישע לענדער ווי רוסלאנד (אפילו היינט) אדער נארטה קארעא וואלט דער שרייבער נישט מאריך ימים געווען קיין 24 שעה נאכדעים וואס דער בוך איז ארויסגעקומען...!
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 1:33 pm
דורך כלבאשבוע
בערל, קאם אן, וואלסט ענדערש געוואלט א נוסח סענדר דויטש באשרייבונג וואס פארדעקט דעם אמת?!!!?
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 3:05 pm
דורך כלבאשבוע
0DCFEA81-DC28-44E8-B933-674FEF543DFF.jpeg
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 3:05 pm
דורך קורקלענד
כלבאשבוע האט געשריבן:בערל, קאם אן, וואלסט ענדערש געוואלט א נוסח סענדר דויטש באשרייבונג וואס פארדעקט דעם אמת?!!!?
כאילו די דאזיגע ביכל האט גאר אויפגעדעקט די אמת.........
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:07 am
דורך berlbalaguleh
כלבאשבוע האט געשריבן:בערל, קאם אן, וואלסט ענדערש געוואלט א נוסח סענדר דויטש באשרייבונג וואס פארדעקט דעם אמת?!!!?
כלבא שבוע: אבער דעם אמת פון יענעם'ס שמוציגע לאנדרי וויל איך נישט וויסן. איך בין נישט נייגעריג. צו זיין א שופך דם פאר א גאנצע משפחה. זיי צו פארשעמען ברבים...! יא. זיי זענען אויך מענטשן מיט געפיהלן...!
דו וואלסט נישט געוואלט אז מ'זאלל באשרייבן ווילאנג דו זיצט אין ביה"כ א יעדן אינדערפריה. און אויך אויב די קעטשאפ פו די טשיעז בורגער רינט ארויף אויף דיין העמעד אדער טלית קטן...! און אז דו נעמסט א שויער נאר איינמאל אין 2 וואכן. נאכ'ן גיין אין מקוה...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:40 am
דורך תורה ומדע
דורשי רשומות אומרים: דונלד טראמפ בגי׳ אש וזעם.
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:30 am
דורך Easy Shopping
Fire and Fury: Inside the Trump White House
http://amzn.to/2D6Nhoq
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 10:26 am
דורך כלבאשבוע
berlbalaguleh האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:בערל, קאם אן, וואלסט ענדערש געוואלט א נוסח סענדר דויטש באשרייבונג וואס פארדעקט דעם אמת?!!!?
כלבא שבוע: אבער דעם אמת פון יענעם'ס שמוציגע לאנדרי וויל איך נישט וויסן. איך בין נישט נייגעריג. צו זיין א שופך דם פאר א גאנצע משפחה. זיי צו פארשעמען ברבים...! יא. זיי זענען אויך מענטשן מיט געפיהלן...!
דו וואלסט נישט געוואלט אז מ'זאלל באשרייבן ווילאנג דו זיצט אין ביה"כ א יעדן אינדערפריה. און אויך אויב די קעטשאפ פו די טשיעז בורגער רינט ארויף אויף דיין העמעד אדער טלית קטן...! און אז דו נעמסט א שויער נאר איינמאל אין 2 וואכן. נאכ'ן גיין אין מקוה...!
בערל, זיכער וויל איך וויסן וואספארא ווירטשאפט מיין פרעזידענט פירט, ער דארף צו ארבעטן פאר אונז בירגער און ווען כזעה טאטאלע כאאס אינעם ווייסן הויז איז מיר שטארק נוגע צו וויסן וואס דארט טוט זיך
פארשעמען? קיינער דארף אים נישט מבזה זיין, ער טוט דאס זייער גוט אליינס
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 11:32 am
דורך קורקלענד
כלבאשבוע האט געשריבן:פארשעמען? קיינער דארף אים נישט מבזה זיין, ער טוט דאס זייער גוט אליינס
אויב אזוי וואס קען שוין דער ביכל צולייגן?
לדעתי מאכט די ביכל נישט קיין שום נפקא מינה, די שונאים האבן נאך אביסלע ברענשטאף זיך צו פרייען מיט, די פריינט לאכן ווייטער פון די נערישע מידיא סעקטאר וואס האבן זיך איינגערעדט אז מיט די נערישע ביכל וועלן זיינע אנהענגער איהם דראַפּן, און די וועלט פארט ווייטער, ס'האט זיך גארנישט געטוישט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 11:37 am
דורך ברוך שפינוזה
קורקלענד האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:פארשעמען? קיינער דארף אים נישט מבזה זיין, ער טוט דאס זייער גוט אליינס
אויב אזוי וואס קען שוין דער ביכל צולייגן?
לדעתי מאכט די ביכל נישט קיין שום נפקא מינה, די שונאים האבן נאך אביסלע ברענשטאף זיך צו פרייען מיט, די פריינט לאכן ווייטער פון די נערישע מידיא סעקטאר וואס האבן זיך איינגערעדט אז מיט די נערישע ביכל וועלן זיינע אנהענגער איהם דראַפּן, און די וועלט פארט ווייטער, ס'האט זיך גארנישט געטוישט.
פארוואס זאגסטו אז די ביכל איז נאריש?
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 11:40 am
דורך כלבאשבוע
קורקלענד האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:פארשעמען? קיינער דארף אים נישט מבזה זיין, ער טוט דאס זייער גוט אליינס
אויב אזוי וואס קען שוין דער ביכל צולייגן?
לדעתי מאכט די ביכל נישט קיין שום נפקא מינה, די שונאים האבן נאך אביסלע ברענשטאף זיך צו פרייען מיט, די פריינט לאכן ווייטער פון די נערישע מידיא סעקטאר וואס האבן זיך איינגערעדט אז מיט די נערישע ביכל וועלן זיינע אנהענגער איהם דראַפּן, און די וועלט פארט ווייטער, ס'האט זיך גארנישט געטוישט.
האסט געליינט דעם בוך?
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:03 pm
דורך ברוך שפינוזה
ס'מיר נישט אינטרעסאנט צו זען ווי בען שפירא ווייזט אויף אז די בוך איז שטותים, און ס'מיר אויך נישט אינטרעסאנט ווען CNN לויבט עס אויס.
וואס וואלט מיר געווען אינטרעסאנט, ווען א שטיצער פון טראמפ זאל זיך אננעמען פאר'ן בוך, אדער א שונא פון טראמפ זאל זאגן אז ס'איז שטותים, אויב איינער דא ווייסט פון אזא זאך ביטע אהער לינקען ווי שנעלער, ס'וועט אסאך אויפטון פאר אידישקייט, וזכות הרבים תלוי בו.
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:19 pm
דורך כלבאשבוע
ברוך, כבין א האלבע טראמפ שטיצער, סהייסט כהאב נישט געוואיט פאר אים און כפארטייטש נישט זיין טפשות אלץ חכמה אבער כהאב נאך נישט אפגעקויפט די רוסלאנד/פוטין נערעטיוו און כשאלטער אויס רוב מידיע גערודער וועגן טראמפ
כהאב אפגעליינט דעם בוך און סשטימט ליידער מיטן מציאות, די צופארנקייט פון די אדמיניסטרעישאן ממש פונעם ערשטן טאג איז א שם דבר און דער בוך גיבט אונז א בליק פון אינעווייניג ווי שלעכט סאיז טאקע אין ריעליטי
טראמפס הלוך ילך איז א שרעק אבער די מערסטע טוט מיר וויי קושנערס און איוואנקאס טעותים, כהאלט זיי יא פאר ציוויליזירטע באזעסענע מענטשן אבער זיי זענען יונג און אומערפארן און זיי באגייען שווערע און קאסטליכע סטראטעגישע טעותים
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 2:57 pm
דורך קורקלענד
כלבאשבוע האט געשריבן:האסט געליינט דעם בוך?
ברוך שפינוזה האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז די ביכל איז נאריש?
ברוך שפינוזה האט געשריבן:ס'מיר נישט אינטרעסאנט צו זען ווי בען שפירא ווייזט אויף אז די בוך איז שטותים, און ס'מיר אויך נישט אינטרעסאנט ווען CNN לויבט עס אויס.
ס'מיר אויך נישט אינטערסאנט ווען מעכל וואלף צונעמט און בארעדט טראמפ.
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 3:08 pm
דורך קורקלענד
כלבאשבוע האט געשריבן:כהאב אפגעליינט דעם בוך און סשטימט ליידער מיטן מציאות, די צופארנקייט פון די אדמיניסטרעישאן ממש פונעם ערשטן טאג איז א שם דבר און דער בוך גיבט אונז א בליק פון אינעווייניג ווי שלעכט סאיז טאקע אין ריעליטי
טראמפס הלוך ילך איז א שרעק אבער די מערסטע טוט מיר וויי קושנערס און איוואנקאס טעותים, כהאלט זיי יא פאר ציוויליזירטע באזעסענע מענטשן אבער זיי זענען יונג און אומערפארן און זיי באגייען שווערע און קאסטליכע סטראטעגישע טעותים
צומישט אהער, צומישט אהין די רעזולטאטן זענען גארנישט אזוי צומישט. לאנגע יארן וועט מען נאך שטודירן זיין פרעזידענטשאפט און לעבנס סוקסעס.