בלאט 1 פון 1

שעלטן א איד, פאדערט עס גביית עדות בבי"ד ?

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 3:26 pm
דורך איש את רעהו
עמיצער האט מיר מעורר געווען אז בנוגע די לאו פין שעלטן א צווייטן, דארף מען האבן א גביית עדות אין בית דין פין אנשים נאמנים וואס זענען מעיד אויף יענעמ'ס מעשים אז ער איז בכלל פין די וואס מען דארף זיי מקלל זיין
איז עס ריכטיג? האט עס א מקור?

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 8:24 pm
דורך יין שרף
עכ"פ ביז מען טרעפט א מקור דערצו, בין איך זיכער אז דו ווילסט נישט עובר זיין בספק אויף א לאו..

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 8:42 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף: ניין. דער חשוב'ער טראלל איש את רעהו מיט זיינע חברים/ניקס זענען דא נאר צו בענטשן די אידישע קינדער. און טרעפן לימודי זכות אויף זיי...!
דו ווייסט ווען איך האלט אזוי. פורים נאכמיטאג ביים סוף פון די טרונק סעודה ווען איך האלט שוין פעסט ביים עד דלא ידע...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 9:12 pm
דורך ברוך שפינוזה
עמיצער האט מיר מעורר געווען אז בנוגע די לאו פון שעלטן א צווייטן, דארף מען נישט האבן א גביית עדות אין בית דין פון אנשים נאמנים וואס זענען מעיד אויף יענעמ'ס מעשים אז ער איז בכלל פין די וואס מען טאר נישט זיי מקלל זיין.
איז עס ריכטיג? האט עס א מקור?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 10:46 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
היינט נישט, היינט שעלט איעדער, אפי' די רעבנים (בתי דינים) שעלטען איינער דעם אנדערען

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 6:25 pm
דורך אישתישבי
שעלטן איז א איסור דאורייתא ווען מען זאגט אפילו א כינוי, למשל דער אויבערשטער זאל אים שטראפן.

א בעל עבירה איז אויך נישט זיכער אז מען מעג שעלטן.

דער מנחת חינוך האלט אז עס אסור מדרבנן, און רב שך!!! קרעדיט און זאגט עס איז מותר.

איך שיהיה זאגט ר' יוסף ענגעל אז טאמער דער מקלל איז אויך א בעל עבירה טאר ער זיכער נישט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 6:25 pm
דורך אישתישבי
דא

Re: שעלטן א איד, פאדערט עס גביית עדות בבי"ד ?

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין דער רמב"ם דינגט זיך מיט די ראב"ד, וואס האלט אז מ׳דארף א שם עובר צו זיין

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 5:31 am
דורך אישתישבי
ווייס איך נישט. א הלכה פסוקה אין שולחן ערוך א משנה.

אמת, אהן א כינוי איז זיכער אסור, נאר עס איז נישטא קיין מלקות.