בלאט 1 פון 2

ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 10:15 pm
דורך מוזיק עקספערט
ליפא שמעלצער איז צירוק אויף די ארענע נאכן נישט ארויס געבן קיין איין אלבוים די לעצטע קרוב צו 3 יאר, און אצינד ארבעט ער אויף 3 אלבוים'ס אויף איין מאל, און ער זאגט אז אין מוקדם ומאוחר בתורה, ממילא ווייסט ער נישט וועלכע עס וועט ארויסקימען פריער און וועלכע שפעטער
די ערשטע אלבוים וואס ער ארבעט אויף איז: LookaLipaLike, דאס איז אן אלבוים וואס וועט האבן פרישע שטערנס בעולם הנגינה, סיי מיט נייע קאמפאזער'ס און סיי מיט נייע ארענזשער'ס.
די צווייטע אלבוים וואס ער ארבעט אויף איז אן אלבוים וואס וועט גיין אין די מהלך פון זיינע אלטע אלבוים'ס, די גוטע ליפא אלבוים'ס נאך וואס יעדער איינער בענקט זיך.
די דריטע אלבוים ווייס איך נישט וואספארא סטייל עס וועט זיין, איך האב נאר געהערט האלבע ווערטער, און אדרבא, אויב איינער האט עפעס מער דיטעילס זאל זיך לאזן הערן.

נשלח: זונטאג יאנואר 14, 2018 10:53 pm
דורך היכי דמי
די אלבום מיט די נייע קאמפאוזערס איז ערווארטעט צו זיין אינדרויסן דורכאויס די זומער חדשים.

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:15 am
דורך איסר האטלקי
קען איך איינער וואס האט אריינגעשיקט א ניגון צו ליפא'נען, ונתקבל.

ער האט שוין די ניגונים פאר א גוטע צוויי יאר, שוין געמיינט אז ער האט אויפגעגעבן דערויף.

Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:23 am
דורך מוזיק עקספערט
פרטים ביטע

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:44 am
דורך berlbalaguleh
[quote="איסר האטלקי".[/quote]
נמחק מטעם הכמוס. ייש"כ פאר די לייקס...!...!

Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:07 am
דורך מוזיק עקספערט
ליפא אין סטודיא מיט איינע פון די נייע זינגערס, אהרן טעסלער, ארבעטנדיג אויף די נייע LookaLipaLike אלבוים בילד

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:20 am
דורך היכי דמי
ליפא אין סטודיא ביים רעקארדירן א ניגון.

לינק גענומען פון איי וועלט https://www.dropbox.com/s/4kgqt22hqrf2j ... 4.mp4?dl=0

Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2018 10:54 pm
דורך מוזיק עקספערט
ליפא היינט אין סטודיא מיט אהרן שפירא ארבעטנדיג אויף זיין נייע LookaLipaLike אלבוים http://cloud.tapatalk.com/s/5a5d772cece7e/VID_20180115_224659_023.mp4

Sent from my 5056N using Tapatalk

Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2018 12:49 am
דורך מוזיק עקספערט
ליפא האט היינט נאַכט געמאלדן אז איינער פון די פראזשעקס אויף וואס ער ארבעט יעצט איז 'לעילא ולעילא 2' וואס וועט אנטהאלטן א קאלעקציע פון אלטע חסידישע ניגונים לעילו נשמת זיין טאטע ע"ה

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2018 1:57 pm
דורך היכי דמי
דאס איז גוטע נייעס. אבער מיין שאלה איז צו ער גייט מצליח זיין דערמיט? ווייל ביי די חסידים איז ער נישט אנגענומען אלס זיין מהות און השקפה, און די מאדערענע מענטשן גייען מן הסתם נישט ווערן פארקויפט פאר אזאנס

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2018 2:39 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
מאכן סידיס איז היינט נאר פראפעגאנדע ס'ברענגט נישט קיין געלט סיי ווי. פראפעגאנדע וועט דאס איהם זיכער ברענגן.

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2018 3:18 pm
דורך היכי דמי
פאלגענד איז א גאר רירענדע מאמענט אפגעכאפט פון די נעכטיגע קומזיץ פון ליפא, ווי ער זינגט די באקאנטע ניגון ״א טאטע ביזטו״ פון אברהם פריעד.

נעכטן ביים קומזיץ האט ליפא געמאלדן עטליכע ווייטערדיגע פלענער פון זיינע מוזיקאלישע ווערק.

צווישן אנדערע האט ליפא געמאלדן אז ער גייט ערשיינען מיט א נייע סינגל די וואך, פון איינע פון די נייע ניגונים פון זיין ״לוק ע ליפא לייק״ פראיעקטן פון נייע ארטיסטן.

אזוי אויך האט ליפא אנגעהויבן צו ארבעטן אויף א נייע פולקאמער חסידישער אלבום אין די סעריע פון לעילא ולעילא, א קאלעקציע פון שיינע ניגונים פון חסידישע הויפן. ליפא ארבעט אויפ׳ן אלבום אינאיינעם מיט די טאלאנטפולער פראדעצירער זאבי פריעד.

דא האט איר די לינק איבערצוקוקן די גאנצע קומזיץ אויף יו טוב:
‏https://youtu.be/jfhhMU1G5f8

קרעדיט: ליפא׳דיג און לעבעדיג טעלעגראם טשענעל: https://t.me/LipaDig

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:23 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
נעבעך

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 8:00 pm
דורך מפיל קינד
היכי דמי האט געשריבן:דאס איז גוטע נייעס. אבער מיין שאלה איז צו ער גייט מצליח זיין דערמיט? ווייל ביי די חסידים איז ער נישט אנגענומען אלס זיין מהות און השקפה, און די מאדערענע מענטשן גייען מן הסתם נישט ווערן פארקויפט פאר אזאנס

כ'ווייס נישט, ביים פאריגן לעילה איז ער שוין אויך נישט געווען אנגענומען, און ווער האט עס נישט געקויפט?

יא, ער איז היינט סאך ערגער, אבער די וועלט איז געווען אסאך פרומער דעמאלטס.

Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 4:32 pm
דורך מוזיק עקספערט
איינס פון די 3 אלבוימ'ס האבן שוין א דאטום;

ליפא שמעלצער'ס נייע אלבום 'לעילא ולעילא 2' אינאיינעם מיט זאבי פריעד איז ערווארטעט צו זיין אינדרויסן אויף חמשה עשר באב!
אלבוים אראנדזשירט דורך יואלי דיקמאן!

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 8:12 pm
דורך בעל דרשן
ווי האלט עס מיט די סידי קומט טאקע ליפא ארויס נאך חמשה עשר?

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 8:54 pm
דורך היכי דמי
עס האט זיך אפגעשטופט. ווי עס הייסט איצט וועט ער ארויסקומען ערגעץ בעפאר ראש השנה.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 11:33 pm
דורך בעל דרשן
מסתמא ווארט ער עס זאל אדורכגיין די שנת אבילות אויף זיין פאטער ז”ל לאמיר האפן עס וועט זיך נישט שלעפען לענגער

Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 6:15 am
דורך מוזיק עקספערט
ליפא מעלדט אז ער האט די נאכט רעקארדירט אלע ניגונים פאר זיין נייע אלבוים לעילא ולעילא 2http://cloud.tapatalk.com/s/5b7008222cec1/VID_20180812_055142_969.mp4

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:02 am
דורך היכי דמי
דאס איז א זאך וואס איז לכאורה נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון אידישע מוזיק אז מען זאל ריקארדירן פראפעשעניל 10 ניגונים אין איין טאג/נאכט.

איך הער אז רוב ניגונים זענען ניי.

Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
היכי דמי האט געשריבן:דאס איז א זאך וואס איז לכאורה נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון אידישע מוזיק אז מען זאל ריקארדירן פראפעשעניל 10 ניגונים אין איין טאג/נאכט.

איך הער אז רוב ניגונים זענען ניי.
ס'באקאנטע זאך פון ליפא, דאס רעקארדירן אלעס אויפאמאל, איינע פון זיינע געבענטשטע טאלאנטן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:16 pm
דורך היכי דמי
ליפא גרייט זיך ארויסצוקומען מיט זיין נייע אלבום אויף קומענדיגע חנוכה הבעל״ט.

רוב מוזיק איז אראנדזשירט דורך יולי דיקמאן, אויך איז דא א ניגון וואס רובי באנעט האט געמאכט.

ווי עס קוקט אויס פון קליפס וועט עס נישט זיין ווי לעילא ולעילא אזוי ווי מאנכע האבן געזאגט, נאר מער ווי קניינע הרע, לטובה, א פשוטע איד.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 4:35 pm
דורך קוקי
ס'קומט א ניגון וועגן די גט