בלאט 1 פון 1
היסטארישער איבערזיכט אויף תורת הקבלה (וועקער 11 און ווייטער)
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 6:47 pm
דורך ארי נוהם
אינעם נייעם וועקער האב איך אנגעהויבן א קאלום וואס טוט אדורך די נושא פון תורת הקבלה, איר היסטאריע, אירע מהלכים, אירע חסידים ומתנגדים, א.א.וו. אונטערן נאמען "הרב יהודה אריה די מודינה", וואס דאס איז דאך דער רב פון ווענעציא בעל ארי נוהם, נאך וועמען איך האב אויסגעקליבן דעם ניק נאמען ארי נוהם (ועי' מיין אונטערשריפט).
דער ספר ארי נוהם האט דער ווענעציאנער רב אפגעשריבן אלץ אטאקע קעגן דעם ספר הזוהר, וואס ער האט אנגעקוקט ווי א לערע וואס גרעניצט זיך מיט ע"ז. איך האלט נישט ווי אים און ווי זיינע שיטות, אבער עס איז מיר געפאלן זיין געוואגטקייט פון שרייבן אנדערש ווי די נארמע, זיך נישט שרעקנדיג פאר חיצים ובליסטראות. די דאזיגע פונקט באגלייט מיר, און דערפאר האב איך זיך באנוצט מיט זיין נאמען פאר דעם קאלום וואו איך וועל פרובירן נאכצופארשן אלעס אינערהאלב די קבלה-וועלט.
כ'האב שוין געשריבן עטליכע מאל, אז איך האב זעלבסט נאכנישט קיין אויסגעטרעטענע מהלך אינעם ענין, הגם אסאך קשיות און אומפארשטענדליכקייטן ליגן מיר שוין יא אין געדאנק א לענגערע וויילע, און טאקע דערפאר וויל איך שרייבן דעם קאלום, כדי ס'זאל זיין א טריגער אז כ'זאל נישטערן און דערגרינטעווען וואס דא גייט פאר, און אלעס וואס איך שרייב איז טאקע נאר אדאנק די פארש ארבעט וואס איך לייג אריין כדי געוואויר צו ווערן דעם אביעקטיוון אמת.
איך האף פארצוזעצן דעם קאלום אין די קומענדיגע וועקערס, וואו מיין ארטיקל וועט לויפן אלץ א לענגערע סעריע בעזר ה'.
הערות והארות, שאלות והוספות, זענען וועלקאמען.
Re: היסטארישער איבערזיכט אויף תורת הקבלה (וועקער 11 און וויי
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 10:49 am
דורך מפוזרי
אינטערעסאנט דער געבוי פונעם ארטיקל, געווענליך ארטאדאקסישע אידן היינט צוטאגס גלייבן אין תורת הקבלה, אזא ארטיקל וואלט לכאורה גדארפט אנהייבן מיטן חידוש אז ס'איז מעגליך דא עטוואס ספיקות דערין. נישט מיטן הנחה אז ס'בכלל מוטל בספק, אזש ספעלט זיך אויס צו ברענגען ראיות אז עפעס איז שוין לכאורה יא געווען פאר גאנץ לאנג.
אזא זאץ ווי "דארפן מיר זיין גענוג אויפריכטיג צו אנערקענען אז געוויסע רעיונות פון קבלה געפונען מיר שוין אפילו אין תלמוד", געבט דעם רושם אז דער מושכל ראשון איז אז דער גאנצע מעשה איז בעלאוני.
בכלל פעלט זיך דא אויס א גרויסע זהירות וכובד ראש. נישט אלץ וואס מ'קען שמועסן אין שטיבל באלאנגט אינעם וועקער, און ניטאמאל אין שטיבל מעג אלץ געשמועסט ווערן. ס'איז דבר פשוט ומבורר אז ס'דא אזא מושג פון "אזוי איז אנגענומען געווארן" לגבי קביעת דאגמע, וספר הזוהר בכלל זה.
אם כי אפסטעמפלן די וואס האבן ספיקות דערין אלס אפיקורסים, איז אפשר נאך נישט קיין טייל פונעם דאגמע, איז דער עצם התקבלות הקבלה והזוהר אלס חכמה אמיתית שוין אפגע'פסק'נט.
ועוד משהו, די טיטלען " מקובל ומשיח שקר" אויף פראנק און ש"ץ, איז נישט אין פלאץ. ס'האט א פנים ווי אזא זאץ: דער תנא און משיח שקר ישוע הנוצרי.
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 5:49 pm
דורך אישתישבי
לדעתי איז דאס נישט קיין גוטע עצה צו שרייבן וועגן אין וועקער, עס וועט לייגן דער וועקער אין דער ערד, דא וועט מען שוין נישט דארפען זוכן פאר אפיקורסות, עס וועט זיין נראה לעין.
מקובל און משיח שקר אויף פראנק איז יא ריכטיג, ווייל ער איז געוועהן א מקובל, ווי אויך א משיח שקר, ער איז נישט געוועהן א מקובל שקר.
ישו איז נישט געוועהן א תנא, ער איז געוועהן א תלמיד פין א תנא, נישט יעדער איד אין יענער זמן איז געוועהן א תנא. ווען ישו וואלט דערמאנט געווארען אין משניות וואלט ער געוועהן א תנא, אזוי ווי אלישע בן אבוה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 8:23 pm
דורך ארי נוהם
מפוזרי, געווענליך גלייבן חרדישע אידן אין תורת הקבלה, ארטאדאקסישע אידן - לאו דוקא. אזוי אויך, רוב וואס האבן זיך אריינגעטון עס אויסצופארשן, האבן ספיקות דערינען עכ"פ למחצה לשליש ולרביע, און וויבאלד איך זוך נישט קיין אפאלאגעטיקס הייב איך גלייך אן מיט די גאר פריע מקורות צו עפעס יסודות פון קבלה.
וויבאלד די וועקער האט שוין אנגענומען מער קאנטראוועריסעלע נושאים, זע איך נישט פארוואס די נושא פון קבלה זאל שטיין הונטערשטעליג.
מקובל אויף שבתי צבי איז גאר א פאסיגער טיטל, קודם כל ווי איש תשבי האט געשריבן, אבער באזונדער וויבאלד זיין גאנצע משיחיזם איז א דירעקטע תוצאה פון זיין מהלך אין תורת הקבלה. תורת השבתאות איז נישט קיין לאקשן תורה, נאר פעסט אויסגעבויעטע זאכן און יסודות אינערהאלב תורת הקבלה, און אסאך פון זייערע געדאנקען זענען אפילו אדאפטירט געווארן אין די שפעטערדיגע דורות, ואכהמ"ל.
Re: היסטארישער איבערזיכט אויף תורת הקבלה (וועקער 11 און וויי
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 9:04 pm
דורך מפוזרי
על ראשון ראשון,
א. ככל הידוע לי, בימינו, און שוין אסאך פריער, איז עס מוסכם אין ארטאדאקסיע און קאנאניזירט אין הלכה. דער מגן אברהם ברענגט כסדר אראפ פון כתבים ודבריו נתקבלו להלכה פסוקה בכל שכבי הארטאקדאקסיע.
דאס אז ס'האט זיך געמאכט עפעס א רב אין תימן וואס איז חולק טוישט נישט דעם פאקט, ואיני אומר אז ער איז אן אפיקורוס, אבער פאקט איז אז אפילו זיין אייניקל האט זיך קיינמאל נישט אויסגעדרוקט ברבים נגד זה, (א רמז'ל אמאל בתוך המון כתביו דאזנט קאונט) לפי השמועה האט ער זיך געמוזט מתחייב זיין פארן רבנות הראשית אז ער איז חוזר מדעת זקינו איידער מ'האט אים געלאזט ארבעטן דארט.
האבן ספיקות אויף געוויסע שטיקלעך אויב ס'קראנט צי שפעטער צוגעטשעפעט איז אויך נישט קיין סתירה צום עובדה הנ"ל אז קבלה והזוהר נפסקו להלכה.
ב. רוב פון די וואס האבן אויסגעפארשט תורה שבעל פה און אפילו תורה שבכתב האבן ספיקות, דאס מאכט נישט אויס לגבי דאגמע. (ואסביר, אפילו דער וואס האלט אז זיי זענען גערעכט איז מודה אז דאס איז כנגד יסודות הארטאקדאקסיע)
ג. לא אמרתי אז מ'טאר נישט שרייבן דערוועגן, אבער ס'דארף זיין במיטב הזהירות אז ס'זאל אריינפאסן אין אן ארטאקסישן זשורנאל.
ד. מקובל איז בכלל נישט פאסיג. קודם כל איז איש תשבי נישט גערעכט. שרייבן "דער תלמיד חכם און משיח שקר ישוע הנוצרי" שטימט יא? און באזונדער איז יאשקע'ס תורות אסאך מער אויסגעבויט אויף די תורה פון זיינע רבי'ס ווי שץ און פראנק. און אסאך זאכן זענען אפילו אדאפטירט געווארן ואכהמ"ל.
ועוד די דריי זענען נישט נאר משיחי שקר נאר משומדים וואס זענען ארויס מדת ישראל. יאשקע איז נאך א צדיק הדור קעגן פראנק און שץ, צו זיין מזל האט זיין רעליגיע מער מצליח געווען.
ס'דא גענוג גוים וואס זענען גוט באהאוונט אין קבלה, כ'גלייב אז דו פארשטייסט אויך אז שרייבן דער מקובל און קארדינאל וכו' האט נישט קיין פשט
Re: היסטארישער איבערזיכט אויף תורת הקבלה (וועקער 11 און וויי
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 6:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב פונקט נעכטען געזע׳ען א קונטרס קעגען הרב קאפח, מיט די ערגסטע קללות וואס איך האב נאר געזע׳ען אין א פאשקעוויל. מיט חרמים אין די נאמען פון דער מלאך און יענער מלאך, און בקשות פאר כל מיני שלעכטע פאסירונגען עליהם ועל זרעם. די חרמים זענען בעיקר פון די ספרדישער אידען. די רבנים וואס האבען געחתמ'ט זענען אביסל מעסיגער, עיי"ש בחרמו של הרב הירש פסח, אבער דער צוזאם שטעל פון די בריווען איז גאר אינטרעסאנט. דער נאמען פון די קונטרס איז עמל ורעות רוח, און מ׳קען עס זע׳ען אויף
היברובוקס.
סתם אינטרעסאנט.
לגבי די קאנאניזירען פון קבלה, לכאורה אפילו ביי די מאדערן ארטאדאקס קען א רב זיך נישט אויפשטעלען מכחיש זיין חכמת הנסתר בכל. יא, בלאגגערס מיט אויבער חכמים, ווייל דארט איז נישט אזוי רעגימענטירט ווי ביי אונז. אבער דער אפיציעלע שטעלונג נעמט נישט די צד הדרדעים אין באטראכט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 6:29 pm
דורך ברוך שפינוזה
.
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 8:48 pm
דורך ברוך שפינוזה
קען זיין אז ס'איז כפירה, אבער טיפשות איז עס זיכער נישט, אדרבה, מאך אליין א סורטש, judaism and hinduism, און איבערצייג זיך אליין.
הוספה: זיך יעצט דערמאנט אז די זוהר רעדט שוין פון די גרויסע חכמה פון די גוים פון "מזרח", צו וואס זיי זענען צוגעקומען דורך כוחות הטומאה.
נשלח: מוצ"ש מערץ 03, 2018 8:27 pm
דורך הוגה
כ'האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל און איך ווארט געשפאנט אויפן המשך.
Re: היסטארישער איבערזיכט אויף תורת הקבלה (וועקער 11 און וויי
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 1:38 pm
דורך טרויבן88
איך זע אז פון וועקער 12 איז נישט דא מער די סעריע, פארוואס?
Re: היסטארישער איבערזיכט אויף תורת הקבלה (וועקער 11 און וויי
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 1:53 pm
דורך נעגעל וואסער
טרויבן88 האט געשריבן:איך זע אז פון וואקער 12 איז נישט דא מער די סעריע, פארוואס?
איך האב אויך שטארק געוואלט זעהן די המשך פון דעם. האפענטליך וועט עס זיין אין די קומענדיגע נומער.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 10:43 pm
דורך כוכב
איך ווארט אויך פארן המשך
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 8:52 am
דורך באנאנע
בספרא דא יפקון מן גלותא
אין שו״ת דברי חיים שטייט אז ווער עס גלייבט ניש בתורת הקבלה והאור החיים הקדוש
זאל מען מעביר זיין אלס מלמד אין דוכט זיך אז ער שרייבט אז עס איז כפירה
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 9:00 am
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב אלץ געוואוסט אז די יעב"ץ און די חת"ם סופר זענען געווען כופרים, כ'האב נאר נישט געוואוסט פארוואס. יעצט ווייס איך שוין.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 9:32 am
דורך באנאנע
פון וואנעט נעמסטו דאס אז זיי האבן געלייקנט בתורת הקבלה
איך וואלט גיזאגט פארקערט לערנען׳דיג אין זייערע ספרים.
אפשר האבן זיי נישט אלעס אנגענומען אזוי ווי אנדערע
ווי דער חתם סופר שרייבט אין לי עסק בנסתרות וכדו׳
אבער געלייקנט מהיכן ?
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 10:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קוק
דא ווי איך האב געברענגט די ראיה פון הרב יעקב אמדין קעגען די ווערטער פון דער דברי חיים.
למעשה, די תשובה פון דער דברי חיים איז גארנישט נייטיג דא. איינער דינגט א מלמד צו האדעווען חסידישע קינדער, און פלוצלונג נעמט ער לערנען מיט זיי די חרם פון דער גר"א. כפירה איז עס נישט, אבער דאס איז נישט די חינוך וואס מ'האט געוואלט פון איהם. דאס איז אונטערגעגראבען די חינוך און מהלך היהדות פון די עלטערען, און אוודאי דארף מען מעביר זיין אזא מלמד. עס האט נישט מיט די אבסאלוטע עיקרי הדת פון דער רמב"ם.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 12:04 pm
דורך באנאנע
בנוגע צום שרייבערס ספק צו מען האט אנגענומען צורת הקבלה
פארשטיי איך ניש דעים ספק סיי ביי די ספרדים סיי ביי די לוטפאקעס דהיינו די גר״א אין אודאי ביי חסידים האט מען עס אנגענומען אלץ הייליג
איינער פירט זיך מער על פי קבלה איינער ווייניגער אבער קיינער לייקנט ניש אז דאס איז חלק הסוד שבתורה שנתנה למשה מסיני
דער יעב״ץ שרייבט דער קאמארנער מתוך שנאתו ומלחמתו נגד ש״ץ האט ער מער מורא גיהאט ווי אנדערע מען זאל לערנען קבלה וזוהר ממילא איז ארויס בחרב ובחנית
אבער דאס איז זיכער אז אלע ספה״ק אפילו קדמונים וספרי מוסר ברענגען דעים זוהר ואר״י
אין דער חתם סופר לייקענט נישט אין תורת הקבלה ער נעמט אפשר ניש אן להלכה אזוי ווי חסידים וכדו׳
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 7:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ביזט גערעכט אז קיין איין אנערקענטער גדול האט נישט געלייקנט אין תורת הקבלה, אבער וויסן זאלסטו אז אויסער די ספרדים האבן כמעט אלע אנערקענטע גדולים געלייקנט אינעם שייכות פון רשב"י מיט'ן זוה"ק, למחצה לשליש ולרביע.
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 7:39 pm
דורך באנאנע
די רעכנסט חסידישע רעבי׳ס צווישן ״גדולים״ אדער נישט
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 8:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא, קוק וואס דער קאמארנער - די גרעסטע מקובל צווישן די חסידישע רביס - שרייבט איבער די מחבר פונעם 'רעיא מהימנא'.
נשלח: זונטאג יולי 29, 2018 12:54 am
דורך ארי נוהם
דער צווייטער קאפיטל אינעם סעריע, נעמט ארום דעם "ספר יצירה", און זייענדיג א לענגערע ארטיקל געשריבן אויפן אקאדעמישן שטייגער, פארדינט עס געוויס א באזונדערע אשכול.
ביטע שרייבט אייערע הערות והארות איבערן ספר יצירה
אין דיזן אשכול.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 9:13 pm
דורך מי אני
אז מ׳דערמאנט קריסטענטום אין דעם שמועס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז עס איז געווען א תקופה וואו קריסטן האבן זיך באזירט אויף קבלה אויפצוווייזן זייער גלויבן, וואס מ׳רופט
קריסטליכע קבלה.
Re: היסטארישער איבערזיכט אויף תורת הקבלה (וועקער 11 און וויי
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:52 pm
דורך קנדה
קען ווערן אנגערופן תורת קבלה ווי א פיליזאפיע און עס איז א געוויסע וועג און א טיפקייט בנוגיע רוחניות
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk