בלאט 1 פון 1
ווען דער לא נתקבל איז אנגעקומען אין ישיבה (וועקער 11)
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך עפן די אשכול אלץ א פלאטפארמע צו שמועסן איבער די געשיכטע כ'האב געשריבן אינעם וועקער.
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2018 2:55 am
דורך ארי נוהם
הערליכער ארטיקל מיט אסאך רוישיגע געפילן!
ווי ראובן זאגט, א רחמנות אויפן בחור פאר זיין טראומאטישער אדורכגאנג, און פארן זיין אזא תמים צו וועלן לערנען אין א ישיבה וואו מ'האט אים אזוי ביטערליך פארשעמט.
פון די אנדערע זייט, איז דער בחור א דאפלטער העלד אין מיינע אויגן. נישט נאר ער האט באוויזן זיך צו שלאגן מיט א ראש ישיבה, זייענדיג א יונגע שנוק, און אים בייקומען, נאר ער האט אויך געגעבן א מעסעדזש פארן ראש ישיבה וואס שפילט זיך מיט בחורימ'לעך כאדם העושה בתוך שלו: דו ווייסט נישט וואס דו טוסט, און דו ווייסט נישט פון וועם דו וועסט פאקטיש זען -סאו קאולד- "נחת". בבחינת מה שאמרו ז"ל הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה לישראל.
איך האף אז דער ראשעשיווע האט זיך אמאל אנטשולדיגט פארן בחור'ל, און אויב נישט - וואלט געווען כדאי אז ער זאל דאס ארויפברענגען אויפן טיש פונעם ראש ישיבה.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
ארי נוהם האט געשריבן:פון די אנדערע זייט, איז דער בחור א דאפלטער העלד אין מיינע אויגן. נישט נאר ער האט באוויזן זיך צו שלאגן מיט א ראש ישיבה, זייענדיג א יונגע שנוק, און אים בייקומען, נאר ער האט אויך געגעבן א מעסעדזש פארן ראש ישיבה וואס שפילט זיך מיט בחורימ'לעך כאדם העושה בתוך שלו: דו ווייסט נישט וואס דו טוסט, און דו ווייסט נישט פון וועם דו וועסט פאקטיש זען -סאו קאולד- "נחת". בבחינת מה שאמרו ז"ל הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה לישראל.
גוטע נקודה. די ראש ישיבה הער איך איז נאכאלץ דארט אבער די משגיחים זענען שוין לאנג געפלויגן. נחמה פורתא.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 6:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז מיר זייער שווער זיך פארצושטעלען אזא מציאות. א בחור זאל האבען אזא דרייסטקייט צו טוהן אזא שריט מצד אחד, און מצד שני האט ער זיך צוגעשטעלט ווי א טאטעלע צו די ישיבה, כאילו זיין גאנצע נאטור האט נאר עגזיסטירט אויף א פאר טעג, און דערנאך האט ער עס אוועק געלייגט ביז נאך שלחן עורך. אדער איז דער בחור אן איש תקיף מאד, וואס מ'וועט פון איהם נאך הערען אלס א מנהיג פון אנדערע (נישט קיין באס דרייווער, נאר א גייסטישע מנהיג)
Re: ווען דער לא נתקבל איז אנגעקומען אין ישיבה (וועקער 11)
נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2018 7:49 am
דורך וואלווי
Touched my heart...
זעהט אויס אומריעליסטיש, ווי נעמט א בחור'ל די כוחות בפרט נאך וואס זיינע אייגענע עלטערן האבן זיך שוין מייאש געווען.
אבער ליידער שטייט די רשעות ארויס אסאך מער ווי די העלדישקייט ווייל אזא מעשה איז חד בדרא משא"כ די רשעות איז מעשים בכל יום
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:38 am
דורך שמעקעדיג
דער ארטיקל האב איך גלייענט מיט אן אטעם פארכאפענדע שפאנונג.
עס איז מיר שווער צו גלייבן אז דאס זאל קענען זיין אמת. אבער עס וואלט געקענט זיין אמת! עכ"פ דער מוסר השכל איז גאר גוט.