בלאט 1 פון 1

נתניהו חובק ילדים

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 10:24 pm
דורך אייז קריעם
איך ווינדער זיך אז קיינער מערקט נישט דעם וואונדערבארן שפיל וואס דער פרעמיער פון ישראל שפילט דא אפ מיטן ארימשלעפן דעם קליינעם משה'לע האלצבערג קיין מומבעי און די אלע בילדער ארים דעם.

פערצופאל האט ביבי אסאך פוטער אויפן קאפ יעצט ממילא שאפט ער א דיסטראקציע.

למעשה איז נישט יושר פארן קינד. איי וועסטו זאגן זה נהנה וזה לא חסר? עס איז יא חסר. דער קינד איז נאך צו יונג צו באגרייפן וואס גייט פאר און קיקט מיר אויס צו זיין טאטאל צומישט.

די איינציגע סיבה וואס איך טראכט פארוואס קיינער רעדט נישט דערפון איז דער עולם איז שוין אזוי צוגעוואוינט צו ביבי'ס פאליטישע שטיקלעך אז מען קיקט שוין נישט אויף דעם. אדער ווייל אלע פאליטישנס טיען די זאכן איז דאס נישט קיין חידוש.

אבער ניצן א קינד איז שוין עפעס אנדערש.