החסיד ר' מענדל מרוזוב / מאראזאוו ע"ה
נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2018 4:56 am
שנלב"ע א' שבט ה'תשע"ח.
געהערט א זיסע מעשה וואס ער האט דערציילט עטליכע יאהרן צוריק.
וכך אמר:
לעצטנ'ס, קומען זיינע חברים צו עם בחלום הלילה און זיי בעטן זיך ביי עם אז זיי האבן ניט וואס צו טאהן אויבן אין הימל
און זאל ער ביטע מוחל זיין זאל ער אויכעט ארויפקומען פארברענגען מיט זיי אביסעלען,
האט ער זיי געפרעגט
וואס דארפט איהר מיר האבן, איהר האט דאך ר' מענדלען (פוטערפאס) ר' שלמה-חיים'ן (קעסעלמאן) ר' ניסן (נאמנוב) ר' סעדיה (ליברוב) און נאך.
האבן זיינע חברים עם מסביר געוועהן:
מענדעלע, פארשטייסטו נישט, די אלע אויבן-דערמאנטע זיצן זיך אין גן-עדן, מיר דארפן איינעם אין גיהנם זאל זיצן מיט אונז.
האט זיך ר' מענדל אויסגעפירט מיט זיינע שטענדיגער שמייכעל...