בלאט 1 פון 1

חלק אלוקי ממש

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2018 5:51 pm
דורך אחד העם
[justify]קען דער יעצט
איינציגע גאט,
באשאפען
נאך א גאט.

קען דער יעצטיגער
געטליכקייט,
באשאפען נאך
א געטליכקייט.

צו קען גאט,
די הייליגע מאמע,
געבן געבורט
פאר א א-ל קנא.

און דער זוהן,
דער שני למלכות,
דער 'נאך א' גאט.
זאל זיין ווי ער,
א כל יכול
און א אינסוף.

אן קיינע
מאטעריאליסטשער
עקזיסטענץ.

אויפן קאפ
דער קרוין
פון נצח.
אויפן האלדז
דעם יאך
פון אמת.

אזוי האבן זיך
די אלטע לייט
געפרעגט.
ביי די ביכער
צועפענט
צו די הימלען.

ביז דעמאלטס.
אבער-

ווען דער גאנצער יקום
האט געזינקען
נאך צעהן טפחים
צום שאול.

יענער צייט
ווען א פארטרויערטער גאט
האט זיך
פון אונטער זיין שטוהל.

אפירגעזוכט
א הייליג ממזר'ל
א צדיק
מיט א צלם.

זיין רעכטע פיס
געטובלט
אינעם זיבעטען הימל,
געטובל'ט
זיין לינקע
אינעם שאול תחתית.

זיך געקליבן א הארץ
פינעם כף הכלע
אינעם חלל הפנוי.

אים באשוואוירען
אין אלעם
הייליגסטן.
זיי א צדיק
זיי א רשע
גוסס מיט דיין חיות.

ס'זאלן זיך ווארפן
אין דיר
דיינע אורות.
זאלסט פאלן
צו די טיפענישען
אין גאט'ס נאמען.

דיין לעבן
זאל דיר הענגען,
אויפן פארדזשאוועטן שטריק
אינעם טונקעלן קעלער.

דערנאך אים געזאלבט
מיט חזיר פעטענס,
פוגע געווען
אין זיין חותם.

אים געשיקט פאשען
אין די פעלדער
פון רויעך און פאפיר
געווער און נאטן.

זעהן זיי אים יעצט-

שטיין
און פארענט
פון זיין
פארשמירטן שפיגל,
און שרייבט צו אייך
פון א גאט
וואס האט באשאפען
נאך א גאט
וואס שרייבט
און פארענט
פון א שפיגל
פון גאט
באשאפענישען.

ולעומתם יאמרו:
Whatever!
[/justify]

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 5:41 pm
דורך תורה ומדע
סאיז געווען כפירה בעיקר

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 6:26 pm
דורך אחד העם
אבטולמוס האט געשריבן:קוים געהאט א געלעגנהייט צו כאפן א בליק. קום איך יעצט צו לייענען געהעריג (און לייקן) והילד איננו!

[tag]אבטולמוס[/tag]

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 6:26 pm
דורך אחד העם
תורה ומדע האט געשריבן:סאיז געווען כפירה בעיקר

וויאזוי?
זייט אייך מסביר.

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 8:07 am
דורך טאמבל סאס
כבין נישטזיכער איך פארשטיי..

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 1:34 pm
דורך אחד העם
טאמבל סאס האט געשריבן:כבין נישטזיכער איך פארשטיי..

וואס?

וויאזוי פארשטייסטו אין אלגעמיין?

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:51 am
דורך שבת אחים
עפעס זאגט ער... נישט זיכער וואס, אבער די לעצטע ווארט האב איך זיכער פארשטאנען- whatever!

סשמעקט מעהר ווייניגער כפירה אין יוזל...
תורה ומדע האקט.

בלית ברירה וועט מען בע״כ מוזן אריינמישן דעם ריזיגן פאעט ד״ר בערגער זאל אונז קומען דא פותר חלום זיין מיט א גארילע, א שני למלכות, קוקט זיך אין שפיגל אבער דאך שלאגט זי כפרות מיט א צלם וואס גוסס אינעם כף הכלע פון רויעך פאפיר, מים אחרונים און חי״י ראטל משקה פון אלטע לייט וואס זינגן איש חסיד הי׳ פאר קידוש לבנה למטה מעשרה טפחים פון א פארטרויערטער גלח אויפן האלדז געבינדן א קיישעלע פון פארדזשאוועטן שטריק אין די טיפע פינסטערניש געשלאפן אין די סוכה העכער צוואנציג אמות און גאר געבארגט פונעם פריץ דאס טאביק פושקע אן שטיוועל נאכגעלויפן די וועלף מיט די שאף און רינדער וואס האבן געטאנצן מיט די קינדער פארענט פון גאטס שפיגל געגעסן לאקשן קוגעל ולעומתם משבחים ואומרים whatever.

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2019 1:04 pm
דורך אחד העם
ארויפגברענגט לכבודו של יום.

Re: חלק אלוקי ממש

נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2019 5:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס כפירה? ווי כפירה?
ער רעדט פון די געוואלדיגע מדרגה פון א מענטש, וואס איז שני צום גאט, און זיין תשובה צו דעם איז whatever. ווי דער מענטש זעלבסט שעצט גארנישט זיין געטליכקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk