בלאט 1 פון 1
שו"ת זאב יטרף - נר מצוה (וועקער # 11)
נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2018 8:38 pm
דורך וואלווי
מיר ווילען דא בעטען פונ'ם געטרייען ציבור און הויכגעשעצטע לייענערס אז סיי וואס פארא הערות אויף תשובה ד', סיי מלחמתה של תורה, סיי עצות פאר די פירמע נר מצוה, זיך צו לאזען הערן כדי מערכת שו"ת זאב יטרף זאל דאס קענען אין אכט נעמען ווען מ'וועט אי"ה גיין צום דרוק בעז"ה מיט'ן נייעם מהדורא תניינא פונ'ם תשובה ספר שו"ת זאב יטרף המלא והשלם המנוקד והמפואר והמתנשא מימות עולם...
בכבוד רב, מכון זאב יטרף.
נ"ב, אונטער די קוליסען ארבעט מען אז די נייע מהדורא זאל ערשיינען מיט א מדור פירוש חי, לדוגמא:
download.jpg
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 9:31 am
דורך וואלווי
אבטולמוס האט געשריבן:ווי אלעמאל, געשמאק, פאני, און פול מיט דברי תורה.
לדעתי די שטערקסטע תשובה דערווייל אין ספה"ק זאב יטרף.
דערווייל indeed. א היכי תמצא פון ת"ח כל זמן שמזקינים בצירוף מיט'ן ע"ה כל זמן שמזקינים קען זיין גאנץ ווילד...
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 3:14 pm
דורך שושן פורים
וואלווי האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:ווי אלעמאל, געשמאק, פאני, און פול מיט דברי תורה.
לדעתי די שטערקסטע תשובה דערווייל אין ספה"ק זאב יטרף.
דערווייל indeed. א היכי תמצא פון ת"ח כל זמן שמזקינים בצירוף מיט'ן ע"ה כל זמן שמזקינים קען זיין גאנץ ווילד...
אוי ביסטו גערעכט.
די גאנצע בייפאולאר דיסארדער איז נולד געווארן פון א פארעלטערטער תורה וגדולה פערזאן וואס ביידע כל זמן שמזקינים'ס האבן זיך צואמפערט במוחו.
Re: שו"ת זאב יטרף - נר מצוה (וועקער # 11)
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 3:28 pm
דורך וואלווי
דהיינו?
(געטרייט צו גוגל'ל אבער נישט קלוגער געווארן)
Sent from my SM-G900V using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 3:36 pm
דורך שושן פורים
וואלווי האט געשריבן:דהיינו?
(געטרייט צו גוגל'ל אבער נישט קלוגער געווארן)
Sent from my SM-G900V using Tapatalk
איך האב אויך אדורכגעקוקט די מעילינג רעקארד און נישט געטראפן קיין שום מעילינגס צווישן נר מצוה און די זאב יטרף הויפטקווארטיר, אויך געטשעקט אלע אימעילס אבער ווי מנחם מענדל פלעגט זיך אויסדרוקן "אהן ערפאלג"
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 10:42 am
דורך Easy Shopping
.
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 11:19 am
דורך טאמבל סאס
געוואלדיג! מכינים עצמם ומשטיני"ם בגדול. כ'האב מיך געהאלטן ביי די זייטן.
רעב וואלף איר פארהארגעט נר מצוה די ביזנעס. איר געבט א פתח פאר די קליענטן צו אדאפטן זייערע טולס פון איין יו"ט אויף די אנדערע.
דער אמת איז כ'האב נישט אלעס פארשטאנען. וואס איז די סוד הצימצום דווין תתקטר? און עקשיה מיט א 'ה' איז אויסגערעכנט געווען? וואס מיינט מ"מ מצאתי כופר? און ר' מאיר הוה דייק בשמא? אז ער האט מקפיד געווען נאכצוזאגן בשם אמרו?
עטס זעטס, מיטאמאל וואונדער איך מיר צו ס'וואלט זיך נישט געלוינט צו האבן מער געלערנט? אדער אפשר וואלט עס דאן געהייסן איך לערן לקנטר חלילה..
רעב וואלף, וועסט אמאל אונז מגלה זיין די נאך מער באהאלטענערע רמזים, די סארט וואס זענען טארגעטעד פאר ר' מנשה פילאפ צו פארשטיין?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 3:18 pm
דורך וואלווי
טאמבל סאס האט געשריבן:געוואלדיג! מכינים עצמם ומשטיני"ם בגדול. כ'האב מיך געהאלטן ביי די זייטן.
רעב וואלף איר פארהארגעט נר מצוה די ביזנעס. איר געבט א פתח פאר די קליענטן צו אדאפטן זייערע טולס פון איין יו"ט אויף די אנדערע.
דער אמת איז כ'האב נישט אלעס פארשטאנען. וואס איז די סוד הצימצום דווין תתקטר?
ס'איז נגרר על הנכתב לעליל מיניה, וז"ל, ויאכלו ענוים וישבעו כל מה דאפשר בעשרה פיתים אלו דהוא סוד הצימצום דווין תתקטר, פי' זיך צו זעטיגען כל מה דאפשר מיט אזעלעכע קליינ"ע ברויטעלעך, טאקע א סוד הצומצום פון בווין תתקטר, וואס איז די קאבאליסטישער היי וואקאבעלערי דעפינישען פאר י"ב חלות...
און עקשיה מיט א 'ה' איז אויסגערעכנט געווען?
ניין, איבערהויפט נישט. ס'איז א טעות הדפוס און אויף דעם שטייט אויף די אנדערע זייט פונ'ם שער בלאט, שגיאות מי יבין און די מערכת בעט פאר סיי וועלעכע הערות אריינצורופען. וכאן המקום להודות צו [tag]טאמבל סאס[/tag] פאר זיין דער נחשון....
וואס מיינט מ"מ מצאתי כופר?
ס'איז די מסקנא און פסק אויף די שאלה וואס מיסודו איז דאס די סוגיא פון מהפך קערה על פיה וכמבואר בפנים איז דאס א שאלה פון כפירה בעיקר, מילא איז דער ראב"ד מסיים בלשונו הזהב, ואפי' אם יש מליץ להגיד לאדם ישרו, און ס'איז דא שטארקע צדדים אויף מתיר צו זיין, מ"מ מצאתי כופר, קען מען דאס נישט מתיר זיין מחמת ענין הכפירה וכמבואר.
און ר' מאיר הוה דייק בשמא? אז ער האט מקפיד געווען נאכצוזאגן בשם אמרו?
פשוט'ער אפטייטש כעין די גמ' דארט אין יומא אז אין א נאמען איז מרומז דער מהות פונ'ם מענטש, נישט די נושא פון איבערזאגען בשם אומרו בכלל. ועל דרך זה א מליצה און רמז אנצהייבן ביי די "נר" מצוה שאלות פון א שאלה אויף די חנוכה "נרות" סופלייס.
עטס זעטס, מיטאמאל וואונדער איך מיר צו ס'וואלט זיך נישט געלוינט צו האבן מער געלערנט?
קיינמאל נישט צו שפעט, ווי אויך זאגען חז"ל (ברכות ד' ע"א) למד לשונך לומר איני יודע.
ווי אזוי האט די רבי אין חדר געזאגט אז מ'וועט נישט פרעגען וועט מען קיינמאל נישט קענען...
אדער אפשר וואלט עס דאן געהייסן איך לערן לקנטר חלילה..
זארג נישט, ס'איז נישט ע"מ לקנטר, ע"מ לקנטר וועלען מיר באלד צוקומען. דא איז אן אנדערע בחינה, דאס איז אמת'ער מלחמתה של תורה וואס אויף דעם איז שוין דא די הבטחה פון חז"ל (קידושין ל' ע"ב) אמר רבי חייא בר אבא: אפילו האב ובנו, הרב ותלמידו שעוסקין בתורה בשער אחד, נעשים אויבים זה את זה ואינם זזים משם עד שנעשים אוהבים זה את זה, שנאמר; "אֶת וָהֵב בְּסוּפָה", אל תקרי בְּסוּפָה, אלא בְּסוֹפָהּ.
רעב וואלף, וועסט אמאל אונז מגלה זיין די נאך מער באהאלטענערע רמזים, די סארט וואס זענען טארגעטעד פאר ר' מנשה פילאפ צו פארשטיין?
אט דאס וואלט טאקע געווען ע"מ לקנט"ר, צו קאנטר'ן מנשה פיליפ, ואיהו גופיה איז נאר א קאנטר פאר דער וועקער, קומט אויס ס'איז א פארצוויגטע מלחמה דא, א שאס, א קאנטר שאס, א קאנטר לקאנטר שאס, וכו' וחוזר חלילה. זאל ער אליינס אויס פיגור'ען וואס צו טוהן מיט די צייט...
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 1:01 am
דורך שמעקעדיג
וואלווי, איך רעד באמת - דער תשובה איז משוגע צו ווערן! אזויפיל טאלאנט, תורה מיט חכמה, מליצות מיט גאונות! עס איז א דערקוויקעניש אדורכצוליינען.
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 2:23 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: די בעסטע האביך ליעב געהאט די מנשה פיליפ רמזים.
מדי דברי. (אפשר וועללן עס געוויסע חשוב'ע ניקס , כל אחד בשמו הטוב יבורך, נישט קענען דיידזשעסטן. אויף דעים איז דא טאמס. איז נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי. אז ענקער רעאקציע צו מיין תגובה זאלל נישט זיין צו שארף. ייש"כ למפרע..).
מ'דערציילט אז איינמאל אין א ווינטער'דיגן מוצאי שבת קודש, שפעט ביינאכט (בערך אין אזא צייט ווי איצט.) האבן די שכנים פון דעם הייליגן איד הרב מנשה פליפ פלאפ המכונה הרב ישראל מ. סופר שליט"א זיך אויפגעוועקט צו געפערליכע קולות וואס האבן געקלינגען ווי גלייך מ'באמבארדירט די געגנט. און די שויבן פון א פאר הייזער האבן זיך טאקע אויסגעבראכן. אלע שכנים זענען ארויסגעלאפן פון די הייזער זעהן וואס ס'האט פאסירט. א טייל שכנים האבן אויסגעדרוקט א מיינונג אז אפשר האט דער פיהרער פון נארטה קארעא ח"ו מקיים געווען זיינע סטראשונגען אז ער גייט באמבארדירן די גרעסטע שטעט אין אמעריקע. ס'האבן זיך געמאכט קופקעס און רעדלעך פון מענטשן. א יעדער האט געזאגט אן אנדערע השערה. א טייל האבן געזאגט אז די ציונים. דער ציוניסטיש'ער מוסד האט אונטערגעלייגט א באמבע. ווייל דא וואוינען ערליכע אידן. ביז א פאר אידענעס זענען געקומען צו די מסקנא אז הרב מנשה פיליפ האט געגעסן טשאלנט שבת ביי די מיטאג סעודה. (און ר'האט געהארגעט א סאך ציונים, ב"ה). און דאס זענען די נאכפאלגן און די נאכווייען דערפון...!
נ.ב.: איך בעט נאכאמאל איבער די אלע חשוב'ע ניקס (און זיי, און אונז ווייסן אויך ווער זיי זענען) אויב זיי האבן זיך ח"ו געשפיהרט געטראפן פון מיינע (נארישע) קאמענטארן. איך האב מיך פשוט נישט געקענט מער איינהאלטן. מיט פיהל דאנק צו ענקער פארשטענדעניש...

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 5:07 pm
דורך וואלווי
און אויב עטס מיינסט אז זאב יטרף ביזנעס איז ליצנות, האט עטס א בילד אין ספרים געשעפט פון א זאב יטרף - פורים חלק ב'.
זעט אויס אז ס'דא נאך א מחבר וואס נעמט לייף סיריעסלי...
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 6:41 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט זייער שטארק שמייכלען. (נאר. במחכת"ה. איך האב שוין געזעהן בעסערע פאטאשאפס ווי דעיס...!) אויך זענען לעצטנס ארויסגעקומען א פאר ספרים פון א הייליגן מחבר. זיי הייסן...."דרך מאיר"... אויף הילכות בעל עגלה. און דער ספה"ק ..."אבן מאיר" על התורה (פורים תורה). און שו"ת הרמ"ז. דא רזא ד'ניקא. ניין נישט דיניקא...נאר אזוי ווי דו ליינסט...'דערהיים אין אונגארן האט מען נישט געלערנט די אראמישע שפראך. איך קען נאר איין אונגערישן תלמיד חכם וואס קען אראמיש. ה"ה הרב יואלי לעבאוויטש שליט"א המכונה פעסטער רב...!
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 7:20 pm
דורך וואלווי
ר' בערך דיין תגובה איז אביסעל קאמפלעצירט, עפעס א מיש פון ע"ד דרוש און ע"ד סוד, און פארוואס האסטו טאקע נישט צום געלעגנהייט אויך דערמאנט די מחבר הידוע דער בעל עגלה מטורפת הקדמון?...
דרך אגב, דער זאב יטרף איז נישט קיין פאטאשאפ, דא האסטו:
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: די מיינסט אוודאי די עגלה משולשת. די עגלה תילתא פון ר' יוסף...! זיכער נישט די עגלה ערופה, ח"ו. דו דארפסט פארשטיין איך בין נאר דער בעל עגלה. נישט די עגלה אליינס...!...

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 8:55 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:ר' בערך דיין תגובה איז אביסעל קאמפלעצירט, עפעס א מיש פון ע"ד דרוש און ע"ד סוד, און פארוואס האסטו טאקע נישט צום געלעגנהייט אויך דערמאנט די מחבר הידוע דער בעל עגלה מטורפת הקדמון?...
דרך אגב, דער זאב יטרף איז נישט קיין פאטאשאפ, דא האסטו:
וואלווי: אבער דער הייליגער בעל מחבר פונ'ם ספה"ק זאב יטרף איז נישט קיין שו"ת ספר. ס'איז נאר חידושים. בויך סברות פונ'ם הייליגן מחבר שליט"א...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 1:57 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: בלעטערנדיג אין דעם (געוועזענעם) נייעם וועקער. #11 האביך באגעגענט די זיסע, און זייער עמקות'דיגע שאלה (ותשובה) פונ'ם ספה"ק שו"ת זאב יטרף. איך האב א טבע אז איך מיש אייביג אויף פריער'דיגע און שפעטער'דיגע בלעטער אין סיי וועלכן ספר אדער בוך איך קוק. האביך געזוכט די איבעריגע תשובות. ולא מצאתי. כ'האב נישט געפונען. נאר די איינציגע זיסע, עמקות'דיגע מליצה'דיגע תשובה פאר, און איבער די הייליגע נר מצוה קאמפעני. וועלכע זענען נאר דא פאר איין סיבה. כדי מזכה צו זיין די אידישע קינדער מיט מצוות (און אויך לייגן א פאר דאללער אין טאש). זאג מיר ביטע וואו מ'קען קויפן דעם גאנצן ספר שו"ת. איך בין זיכער אז ס'איז מלא וגדוש מיט גוטע ווערטלעך. אדער שיק עס צו מיין אי-מעיל אדרעסס. מיין סעלל פאון נומער )347( --- 8---)...יישר כוח...!
נשלח: פרייטאג פעברואר 09, 2018 4:07 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: בלעטערנדיג אין דעם (געוועזענעם) נייעם וועקער. #11 האביך באגעגענט די זיסע, און זייער עמקות'דיגע שאלה (ותשובה) פונ'ם ספה"ק שו"ת זאב יטרף. איך האב א טבע אז איך מיש אייביג אויף פריער'דיגע און שפעטער'דיגע בלעטער אין סיי וועלכן ספר אדער בוך איך קוק. האביך געזוכט די איבעריגע תשובות. ולא מצאתי. כ'האב נישט געפונען. נאר די איינציגע זיסע, עמקות'דיגע מליצה'דיגע תשובה פאר, און איבער די הייליגע נר מצוה קאמפעני. וועלכע זענען נאר דא פאר איין סיבה. כדי מזכה צו זיין די אידישע קינדער מיט מצוות (און אויך לייגן א פאר דאללער אין טאש). זאג מיר ביטע וואו מ'קען קויפן דעם גאנצן ספר שו"ת. איך בין זיכער אז ס'איז מלא וגדוש מיט גוטע ווערטלעך. אדער שיק עס צו מיין אי-מעיל אדרעסס. מיין סעלל פאון נומער )347( --- 8---)...יישר כוח...!
פאר די פריערדיגע זיך אין פריערדיגע וועקערס און ק"ש אויסגאבעס, פאר די קומענדיגע ווארט מיט געדולד, פאר ליקוטים זיך אונ'ם פורים אשכול, אויב די ווילסט אבער דאך אלעס בפונדק אחד, ביטע שיק אריין 18 דאלאר צו די מערכת, Checks: Congregation shomer shabbos, קענסט אויך צושרייבן: מעות קדימה לע"נ רבינו יואל בן חנני' יו"ט זי"ע...