פרידן,
אויבנאויף איז נישטא קיין באדייטנדע אורזאך צו באשאפן א געהענגל איבער דעם ארטיקל אינעם וועקער, וואס איז נישט קיין מלאכת הגיון און ברויך נישט קיין מכלומר'שטע אויסשמועסעריי.
ווייס איך דאך אבער דערפאר אז מען וועט מיר גלייך פארדעכטיגן מיט דעם שוואנצאנישן האנט שטרעק פאר לויב רייד (וואס וואלט גראדע געווען א העכסט אויסגעהאלטענעם אקט), דערפאר האב איך קונצליך אויסגעטראפן צוויי פונקטן קלארצושטעלן ביי דעם געלעגנהייט, פאר די וואס וועלן זיך מעגליך מוטשען מיט די פראגעס.
בעצם איז די ארטיקל געאייגנט בלויז פאר די וואס האבן עס ווירקליך געגליכן, אבער וויבאלד איך פארדעכטיג אז ס'פארהאן א באדייטנדע צאל ליינער וואס וועלן נאכן ליינען דעם ארטיקל מאכן דעם זעלבן 'שמייכלדיג אבער פארדאמענדן' גרימאס וואס א נייגעריגע חאניאק מאכט נאכן אונטערהערן א דערקוויקנדן ניבול'ישן וויץ וואס זיין שכן האט געמאכט פאר א צווייטן, - צו מחמת זייער אומפארשטענדעניש צום ארטיקל אדער צוליב דעם וואס עס קוקט זיי אויס בייסיג און העסליך וויל איך קלארשטעלן דאס פאלגנדע:
אריגינעל בין איך אינספירירט געווארן דערצו, ווען עס האט מיר אמאל געכאפט דעם אינטערסאנטן ערשיינונג - וויפיל פראקציעס עס זענען פארהאן אינערהאלב פראקציעס, אנגעהויבן פון יעדע הויף'ס אייגן געשאפענע קליידונג און אויפפירונג ביז די אייגנארטיגע נאטורן וואס מען ירשנ'ט, יעדער פון זיין אפשטאם. צוביסלעך האט זיך די פעדער אליינס געגליטשט ביזן אנמערקן סתם מאדנע אידענטיטעט שטריכן און וואס נישט. אלזא די ארטיקל האט נישט קיין קלארע צוימונג, עס איז א געמיש פון סעטייער, מאדנע באמערקונגען און סתם שגיעון, והצד השווה בערך, איז די ענארמישע צאל אינדענטיטעט שטריכן פון יעדן יחיד און באפעלקערונג - און מיט דעם בין איך יוצא דעם אומבאחיינ'טן אקט פון ערקלערן א וויץ.
איך האב שוין איינגעזעהן אז מיינע ווערק קענען געבן דעם ליינער וואס ווייסט נישט פון ווי איך קום, א געפיל פון אפשפּעטונג. דאס איז אבער בהחלט נישט די קעיס. איך לייג כמעט אלעס שטענדיג אינעם שמייכל אפטיילונג כדי עס זאל שטענדיג געזעהן ווערן פאר בלויז הומאריסטיש.
א דאנק פאר @אבטולמוס און @פיקאסא פארן אהערשטעלן אזא ארבעט! פאר מיינס אליינס וואלט איך שוין געזאגט דיינו.. נו עאכו"כ.
אידענטיטעט קריזיס - וועקער נומער 11
- חכימא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל
יעך (גאליציאנער) האב גרויס הנאה געהאט (אונגארישע) צו לעזן (יעקע) דעם דאזיגן ארטיקל.
עס איז שטארק קענטיג דעם גרויסן טאלאנט פונ'ם שרייבער!!!
וואס כ'האב נישט פארשטאנען איז, ווען פונקטליך רוהט אויפ'ן שרייבער דעם רוח הפיוט והחרוזים און ווען נישט...
מאנכע ווערטער און ציילן זענען אויף גראם און מאנכע ניקס...
עס איז שטארק קענטיג דעם גרויסן טאלאנט פונ'ם שרייבער!!!
וואס כ'האב נישט פארשטאנען איז, ווען פונקטליך רוהט אויפ'ן שרייבער דעם רוח הפיוט והחרוזים און ווען נישט...
מאנכע ווערטער און ציילן זענען אויף גראם און מאנכע ניקס...
ודי לחכימא ברמיזא