בלאט 1 פון 1

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 6:12 pm
דורך געוואלדיג
פארט א שיינע זאך צו מעלדן די ליינער, און נישט ארויפרוקן די פרייז אזוי נישט_מיר_נישט_דיר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 6:16 pm
דורך ליפא
מ'קען אריינלערנען פשט אז אין די 17 יאר האבן זיי ''נישט געמאלדן'' קיין פרייז העכערונג.
ווען זיי זענען ארויף צו 6 דאלער מיט א שיינע פאר יאר צוריק, האבן זיי עס בכלל נישט ארויסגעשריבן.
אין די לעצטע יארן איז מעלות נישט געוואקסן און יש אומרים אז זייט קינדליין איז עס אפילו אביסל געפאלן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 6:38 pm
דורך כוכב
אין איינקלאנג מיט דער מעלות טראדיציע, אז ווילאנג זאכן זענען געשריבן מיט א גוטן גראמאטיק און זעט אויס ווי א גוטע ארגומענט, איז עס גוט טו גאו אפילו וואס מאכט נישט קיין טראפ סענס און איז נישט באזירט אויף גארנישט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 9:27 pm
דורך berlbalaguleh
דער מעלות איז א זשורנאל וועלכער איז צוזאמגעשטעלט פון א פאר אידענעס. וואוילע באביטשקעס וועלכע וויללן אז די וועלט זאלל זיין אזאלכע גוטיטשקע און פרומיטשקע ווי זיי זענען אליינס. די מציאות. די רעאליטעט איז דאך אבער אנדערש. ס'איז טאקע א גוטע קינדערישער מאגאזין. און זיי קאמפיעטן אין דעם זעלבן מארקעט וואס קינד ליין און קינד ערליך...! קיין שום ערנסטער דערוואקסענער מענטש נעמט זיי נישט ערנסט... לפענ"ד אלס א קינדערישער מעגעזין איז קינד ליין טויזנט מאל בעסער. והא ראיה זיי האבן איינגענומען א גרויסן חלק פון דעם מארקעט. ס'איז כמעט נישט דא א היימישע אידישע משפחה וואס די קינדער זאללן נישט ליינען דעם קינד ליין...! איז נאר די שאלה. ווילאנג ס'וועט נעמען ביז קינד ליין וועט זיי נאכטאנצן. און אויך הייבן די פרייז צו זיבן דאללער...!