עס קען אויסקומען צענדליגער מאל'ן וואס מען וויל געבן א געשאנק פאר איינעם און מען וויל צולייגן א שיינעם פאום (Poem), ספעציעל פאר יענעם געלענהייט.
היות נישט יעדער איז באשאנקען מיט דעם טאלאנט צו שרייבן א פאום, וויל איך ווידמען דעם אשכול פאר סיי ווער עס האט געשריבן, באקומען, געשיקט אדער *געטראפן א שיינעם פאום. זאל עס אהער צוברענגען פאר אנדערע צו ניצן און הנאה האבן.
*געדענק! לא תגנוב, מען טאר נישט טרעפן.
פאום'ס / פאעזיע לכבוד פארשידענע געלעגנהייטן, מתנות וכדו'
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: פאום'ס / פאעזיע לכבוד פארשידענע געלעגנהייטן, מתנות וכדו'
ובזה החילו.
א פאום וואס איך האב אביסל ריסייקלד פאר א חבר/קרוב מיינער, ביים געבן מיט א בייטל purse בלע"ז א מתנה פאר זיין ליבע.
מיט פרייד און לויב זענען מיר באשענקט.
פון הימל אונז צוזאמען געברענגט.
א שבח והודאה אנפאנגען מיינע רייד.
און א תפילה אויף ווייטער באגלייט.
אין 'טאש' אריין.
פיל ברכות זאל גיין.
אונזער לעבן כסדר מער 'אנפילן'.
נאר מיט שמחות און פרייליכע געפילן.
השפעות טובות זאל זיך מערן.
אלעס גוטס אונז טון באשערן.
השי"ת זאל אונז ווייטער באגלייטן.
מיט נחת און גליק אין אלע צייטן.
א פאום וואס איך האב אביסל ריסייקלד פאר א חבר/קרוב מיינער, ביים געבן מיט א בייטל purse בלע"ז א מתנה פאר זיין ליבע.
מיט פרייד און לויב זענען מיר באשענקט.
פון הימל אונז צוזאמען געברענגט.
א שבח והודאה אנפאנגען מיינע רייד.
און א תפילה אויף ווייטער באגלייט.
אין 'טאש' אריין.
פיל ברכות זאל גיין.
אונזער לעבן כסדר מער 'אנפילן'.
נאר מיט שמחות און פרייליכע געפילן.
השפעות טובות זאל זיך מערן.
אלעס גוטס אונז טון באשערן.
השי"ת זאל אונז ווייטער באגלייטן.
מיט נחת און גליק אין אלע צייטן.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
געשריבן פאר א ניק וואס איז געפארן היי יאר צו אומאן.
א מתנה פון דיין טייערע מאן,
פאר איך פאר צו אומאן.
פאר מיין טייערע ווייב אזוי איידל,
א הערליך שיינע קייטל.
דיר צו ווייזן מיינע געפילן פון הכרה,
פאר'ן מיר לאזן פאר'ן אויף ראש השנה.
צום צדיק רבי נחמן אין זיין געצעלט,
אויספויעלן פאר אונז אלע ברכות אין די וועלט.
א מתנה פון דיין טייערע מאן,
פאר איך פאר צו אומאן.
פאר מיין טייערע ווייב אזוי איידל,
א הערליך שיינע קייטל.
דיר צו ווייזן מיינע געפילן פון הכרה,
פאר'ן מיר לאזן פאר'ן אויף ראש השנה.
צום צדיק רבי נחמן אין זיין געצעלט,
אויספויעלן פאר אונז אלע ברכות אין די וועלט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
געשריבן פאר א ניק וואס האט געקויפט א אייזקריעם מעיקער פאר איר.
צו דיר מייט טייערע זיסער נשמה
ס'צייט פאר הכרת הטוב מיט די מתנה
ארויסווייזן אנערקענונג און ליבשאפט
צו דיר מיין אייביגע געטריישאפט
דיינע מדות, טאלאנטן און אהבה
דו ביסט מיין אייביגער תאוה
ווי אייזקרים מיט אירע קאלירן
מאכן דעם מענטש גוט שפירן
אזוי דיין אנוועזנהייט אויף מיר
ווי רעגנבויגן שטראלן פון קאליר
ווי אייזקרים ברענגט רואיגקייט
דו מיט דיין חכמה, מיין שיינקייט
ווי אייזקרים צום מויל זיס זייער
ביסטו מיין קעניגן צו מיר טייער
ווי אייזקרים פרישט אויף יעדע ביין
דו פרישסט מיר אויף מיט דיין חן
זאל דיר נאר גוטס באגליקן
זאל השי"ת אונז שטארקע אהבה שיקן
מיט שמחה געב איך די מתנה צו דיר
איך האב דיך אזוי שטארק ליב אן א שיעור.
צו דיר מייט טייערע זיסער נשמה
ס'צייט פאר הכרת הטוב מיט די מתנה
ארויסווייזן אנערקענונג און ליבשאפט
צו דיר מיין אייביגע געטריישאפט
דיינע מדות, טאלאנטן און אהבה
דו ביסט מיין אייביגער תאוה
ווי אייזקרים מיט אירע קאלירן
מאכן דעם מענטש גוט שפירן
אזוי דיין אנוועזנהייט אויף מיר
ווי רעגנבויגן שטראלן פון קאליר
ווי אייזקרים ברענגט רואיגקייט
דו מיט דיין חכמה, מיין שיינקייט
ווי אייזקרים צום מויל זיס זייער
ביסטו מיין קעניגן צו מיר טייער
ווי אייזקרים פרישט אויף יעדע ביין
דו פרישסט מיר אויף מיט דיין חן
זאל דיר נאר גוטס באגליקן
זאל השי"ת אונז שטארקע אהבה שיקן
מיט שמחה געב איך די מתנה צו דיר
איך האב דיך אזוי שטארק ליב אן א שיעור.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.