בלאט 1 פון 1
פרעקלס און פימפעלס
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 7:32 pm
דורך 1111
ווייסט איינער פון א היילונג אדער ווירקזאמע עצה אראפצונעמען אדער לייכטער מאכן פרעקל'ס און רויטע פימפלס אויפן פנים? און אזוי אויך צוקראכטע סקין?
און אויב יא, וויאזוי בעט מען פון די טייערע אשת חיל אז מיר וואלטן געוואלט אז עס זאל מסודר ווערן? (מיר האבן שוין פרובירט מרמז צו זיין, אבער עס האט נישט געכאפט, איר באדערט עס בכלל נישט.....) און מיר ווילן נישט אז זי זאל שפירן אומבאקוועם מיט דעם בקשה.
די פראבלעם איז, אז איך שוין געבעטן אז זי זאל זיך אהערשטעלן מיט אנדערע ענינים, וואס זי האט ב"ה ערליך אויסגעפירט, און פון די אנדערע זייט וויל איך נישט איבערצוען דאס שטריקל, און האלטן און איין בעטן דאס אין יענץ..
דאך וויל איך אז זי עס קער נעמען ווייל עס באדערט מיך.....
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 7:45 pm
דורך אישתישבי
פרעג איר אויב ושתי האט שלעכט אויסגעזען.
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 8:55 pm
דורך ברוך שפינוזה
לדעתי, איז פרעקלס זייער שיין ס'האט א קינדישע חן. לגבי פימפלס דארף מען ארויפשמירן אן astringent, ס'דא אסאך שמירעכצער, מינים ממינים שונים, נאטורליכע, און אומנאטוליכע, הצד השוה שבהן אז זיי זענען אלע astringents.
Re: פרעקלס און פימפעלס
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 11:32 pm
דורך קל וחומר
'לדעתי' איז פימפלס א שיינע זאך. ענליך צו די שיינקייט פון די בלוטות פונעם אתרוג.
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 11:51 pm
דורך ברוך שפינוזה
קל וחומר האט געשריבן:'לדעתי' איז פימפלס א שיינע זאך. ענליך צו די שיינקייט פון די בלוטות פונעם אתרוג.
לדעתי נישט, וכבר אמר החכם, על טעם וריח אין להתווכח. גראדע thanaka powder דארף צו העלפן פאר פרעקלס, אפשר ווייל ס'איז אן astringent. קען זיין אז אלע astringents קענען העלפן פאר דעם.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 1:56 pm
דורך 1111
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 3:43 pm
דורך איך אויך
מילא פימפלס, אבער פרעקלס וואס קען זי דען טוהן? קענסט באשולדיגן נאר איר בורא.
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:19 am
דורך שמעון וואלף
איך פארשטיי נישט, טאמער שטערט עס דיר אזוי שטארק, וויאזוי האסטי מסכים געווען צום שידוך? ס'איז נישט קיין יושר אז יעצט זאלסטי פארלאנגן זי זאל זיך טוישן
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2018 6:50 am
דורך הוגה
וואס איז די ביג דיל צו בעטן (נישט פארלאנגן) די ווייב צו גיין מיט מעיקאפ? ער בעט איר דען אפצושינדן איר הויט צו וואס?
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2018 8:17 am
דורך אישתישבי
עס קען זיין אז ביי די דריי מינוטיגע בעשוי האט זי זיך פעסט איינגעשמירט אז עס זאל נישט זיין ניכר.
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2018 3:33 pm
דורך שמעון וואלף
אישתישבי האט געשריבן:עס קען זיין אז ביי די דריי מינוטיגע בעשוי האט זי זיך פעסט איינגעשמירט אז עס זאל נישט זיין ניכר.
דאן איז עס מסתמה מקח טעות אין א שאלה צו די קידושין האט בכלל חל געווען...
נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2018 11:29 pm
דורך אישתישבי
עס איז נישט א שאלה, ווייל ביי אונז קוקט מען נישט בכלל. די מעיקאפ איז נאר געווען די מאמע זאל נישט זעהן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2018 1:10 am
דורך בת קול
פאסיגע מתנות:
פאר עקני. לייג ביינאכט און ווער זיך אויף אינגאנצן קלין.
https://seneweb.senegence.com/us/produc ... treatment/פימפל קאווער אפ:
https://seneweb.senegence.com/us/produc ... oncealers/זעהט אויס ווי מען קען יעצט ווערן א דיסטריביוטער צו באקומען א הנחה. ( נאך 2 טעג) די 55$ איינצאלונגן קען מען ניצן איינצוקויפן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 10:43 pm
דורך מיסטעריע
שמעון וואלף האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:עס קען זיין אז ביי די דריי מינוטיגע בעשוי האט זי זיך פעסט איינגעשמירט אז עס זאל נישט זיין ניכר.
דאן איז עס מסתמה מקח טעות אין א שאלה צו די קידושין האט בכלל חל געווען...
פאר די לומדי דף היומי איז דאס איצטער מענינא דיומא, אויב האט זי אנגעטוהן שטארקע מעיקאפ, דעריבער האט ער נישט געהאט א שאנס צו זעהן פאר די חתונה, איז לכאורה די קידושין נישט חל,
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 11:01 pm
דורך באהעלפער
אז דו האסט יא עקסעס צו אינטערנעט, קענסטו זיכער געפונען א גאר גוטע סעלושען. גוגל איז א פיינער רבי...
היינט איז אלעס מעגליך.