דר. לעררי נאסאר סקאנדאל - פארוואס ווערן מאלעסטערס פראטעקטעט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

א דזאשדזש האט היינט פאראורטיילט דר. לעררי נאסאר, דער הויפט דאקטאר פון די אמעריקאנע גימענאסטיק טיעם צו הונדערט פינף און זיבעציג יאר תפיסה.
דער דאקטאר האט זיך אפגעגעבן מיט די אטעלעקס, און זיי געהיילט די וואונדן און די מוסקלען, און מיט פארשידענע מיטלען און מיט קריעטיוו מאניפיולעשין האט ער בארירט זייערע פריוואטע מקומות, און זיך מקרב געווען אויף כמה אופנים מיט פארשידענע תירוצים און מאניפיולעשין, וואס ס'האט שווער געמאכט זיך צו כאפן וואס גייט פאר, ער איז געווען גאר געטריי און פריינטליך צו די מיידלעך און מיט זיין כאריזמע און פאוערפול פערסונאליטי האט ער באלעסטיגט הונדערטע מיידלעך פאר די לעצטע דרייסיג יאר.
איבער די יארן האבן צענדליגע מיידלעך זיך געוואנדן צו די קאמיטעי און די לידערס פון די טיעם, און די חברה האבן כסדר פארווישט און געלייגט אונטערן טעפיך.
איין פרוי האט זיך גענומען די קוראזש און זיך נישט געלאזט פון גארנישט, זי האט נישט גערוהט ביז זי איז געווען זיכער אז מ'גייט אים קלאגן, (למעשה ווען מ'האט געמאכט דעם סורטש ווארענט האט מען געטראפן ביי אים א גאר גרויסע מאס פון קינדער פארנאגרעפי און מ'האט אים אנגעקלאגט פאר דעם, ער האט אבער נאך אלץ געלייקנט די קלאגע פון מאלעסטעישן).
איינמאל מ'האט אים אנגעקלאגט, מיטאמאל זענען צענדליגע פרויען און מיידלעך ארויסגעקומען פון שאפע און פארציילט האר אויפשטעלענדיגע מעשיות וואס זיי האבן געהאט מיטן דאקטאר. איבער הונדערט פופציג פרויען האבן גערעדט, טייל אליינס אדער דורך זייער לויער, דורכאויס די זיבן טאגיקע סענטענסינג היערינג.
די שאלה איז וואס ליגט ביהיינד די סענעריע וואס חזר'ט זיך איבער נאכאמאל און נאכאמאל אז מאלעסטערס ווערן פראטעקטעט דורך די הויכע געווארדיע, מ'איז געוואוינט צו שרייען ביי אונז אז די רבנים פראטעקטן מענטשן וועגן געלט אדער אנדערע אינטערעסן, צו ווייל זיי האלטן אז מ'טאר נישט מסר'ן, למעשה זעהט מען ביי פארשידענע מעשיות אז ס'ליגט נאך עפעס אונטער דעם וואס מ'ברויך פארשטיין.

- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
קודם כל איז שווער צו גלייבען אז א דאקטער, רב, ראביי, גלח, אדער מלמד וכדו׳ וועלכער טוט כלומרשט אויף פארן מענטשהייט קען זיין אזא מין קראנקער פארשוין. אויך איז גאר שווער צו קאנפראנטען דעם פערפעטרעיטער בעת די מוסד גיט איהם אפיציעל אסאך טראסט, און טרויעט איהם מיט שווערע און ערענסטע ריספאנסיביליטיס. צו דעם, אויב וועט ארויסקומען דאס אמת אז דער פארשוין איז טאקע קראנק איז דאס דאך א געפערליכער פלעק אויפן מוסד. ממילא פארדעקט מען דאס ביז די צואה קומט אהן צום פענדל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום תורה ומדע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
ס'איז פארהאן אסאך מאלעסטער וואס זענען בעצם גוטע מענטשן מיט א רעפיוטאציע אלס א רעספעקטירטע מענטש בנוסף קענען זיי זיין גאר כאריזמאטיש און זענען אנגעשטעקט מיטן ביטערן מחלה.
רוב מענטשן וועלן נישט זיין איבערגעאיילט צו חרוב מאכן יענעמס לעבן. מ'וועט זיך איינרעדן אז דער קרבן דמיונ'ט. און ווען די צווייטע קרבן קומט אפיר פיהלט מען שוין ווי מ'האט פארנאכלעסיגט א וויכטיגע זאך, וועט מען זוכן צו פארשטערקערן די איינרעדעניש אז ס'איז א דמיון, אזוי וועט מען ווייטער לאזן די זאך לויפן ביז עס וועט ארויסקומען שווארץ אויף ווייס.
(יעדע מאלעסטער וועט עט סאם פוינט געכאפט ווערן.)

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לפענ"ד איז עס א סאך מאל נאר פינאנציעלע אינטערעסן. למשל אזוי ווי דער זשורנאליסט מעט לאוער, וואס האט אנגעפיהרט א וויכטיגן שוי (טודעי) ביי ען.ב.סי. די נעטווארק האט פארדינט שווערע מיליאנען דאללער. און זיי האבן נישט געהאט קיין חשק צו צושטערן זייערע רווחים. אבער ווען די סקאנדאל איז שוין ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט האבן זיי געכאפט שנעל און איהם ארויסגעווארפן בקול רעש גדול. די זעלבע איז אויך געווען ביי דעם פוטבאלל קאוטש פון דעם קאלעדזש אין פענסילוועניע. די אלע גרויסע לייט אין קאלעדזש האבן געוויסט פון זיינע מעשים טובים. נאר זיי האבן געמאכט א שווייג. ווייל די ספארטס פראגראמען האבן זיי אריינגעברענגט שווערע סכומים. און ווען דאס געשעהט ביי די היימישע מוסדות איז דא אנדערע חשבונות פון פראטעקציע. ס'הייסט ער הייסט דאך א שיינער איד אויף די גאס. ווי קענמען צו לאזן אזא זאך. ממילא מאכט מען א שווייג ביז ווילאנג מ'קען. און מ'דרייט א קאפ אז ס'הייסט מסירה. זיכער. מ'דארף באשיצן א מענטש'ס רעפוטאציע און גוטן נאמען אז נישט א יעדער צודרייטער וואס האט א חשבון מיט איהם. אדער וויל זיך נוקם זיין אין איהם וועט אויסטראכטן א בילבול אויף איהם. און שוין. ער איז שוין פארטיג. אבער דארט וואו ס'איז דא שטארקע ראיות אז דער מענטש האט מאלעסטעד, יהיה מי שיהיה דארף מען אננעמען מיטלען אקעיגן איהם. אזוי ווי גיין צו די פאליציי. אויך כדי זיכער צו מאכן אז דער מענטש וועט מער נישט קענען ארבעטן מיט קינדער...!
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
די גריכן האבן נישט געזען קיין פראבלעם אין **** מיט קינדער, יונגלעך, ווילאנג ס'איז קאנסענטשועל...
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
וואס איז טאקע פשט אז דער עבירה שטייט נישט אין די תורה?
עס איז טאקע א שווערע קשיא, פארוואס די גיהנם ווערען אזעלכע מענטשן פראטעקטעט , דער ביישפיל מאט לאער איז נאך ערגער, ווייל מען האט אים געמאכט א שלאס אויף זיין טייער פין אינעווייניג, כלומר מען זאל נישט קענען ארויס פין דער שטוב, און ער האט געקענט פארשליסן דער טיר דורך א קנעפל אונטער זיין טיש. וואס באמת קען זיין דער מאטיוו פין א שלאס מיט א קנעפל אויב נישט מאנס צו זיין אנדערע?
און עס קומט אויס אז נעבעך נחום דער משוגענער איז גערעכט אויך. און בארזים נפלה שלהבת, אויב גוים וואס דארפען מער מורא האבן פין געזעץ פירען זיך אזוי, קל וחומר אונז, מען טוט זיכער פראטעקטען דער מנהל מלמד טוטער עפעס שלא במתכוין, און דערנאך ווערן עס שוין אזוי. מען טוט גארנישט.
עס מוז טאקע האבן א הסבר. די הסברים וואס מען האט דערווייל געזאגט זענען נישט גענוג.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דר. לעררי נאסאר סקאנדאל - פארוואס ווערן מאלעסטערס פראטעק
לדעתי קומט עס פון אן אומוויליגקייט זיך צו קאנפראנטירען מיט אונזער בעיסיק [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] נאטור. מ׳האט צענדליג מליצות און אויסריידען וויאזוי מ׳רעדט פון די נושא, נישט נאר ביי אידען, נאר ביי גוים אויך. מ׳וויל עס נישט קאנפראנטירען. און ביי אמעריקאנער מענטשען איז דא אזא נאטור, אז א זיך וואס מ׳דערהייבט נישט, רעדט מען נישט דערפון. ווען איינער גייט צו צו א גוי און ער נעמט זיך רעדען מיט איהם פון זאכען פון וואס ער האט נישט געטראכט, גייט ער נישט אוועק זאגען אז דער מענטש איז א צודרייטע, ער גייט אוועק און פראבירט צו פארגעסען גענצליך דערפון. אזוי איז עס אויך ביי אזעלכע פעלער, ווי דער דאקטאר האט געטוהן א זאך וואס קיינער וויל ניטאמאל טראכטען אז עס איז מעגליך. ממילא טראכט מען נישט און מ׳האנדעלט עס נישט, און עס איז נישט געשען.
צייג זיך אליינס איבער. גיי צו צו אן אמעריקאנער גוי אין גאס און זאג איהם אז דו ביסט זיכער אז דער וועלט איז פלאך. קוק גוט וויאזוי ער רעאגירט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: דר. לעררי נאסאר סקאנדאל - פארוואס ווערן מאלעסטערס פראטעק
פרעג בעסער, ווי אזוי קען זיין אז די תורה גיבט א מצוה פון יעוד פאר אן אדון אויף זיין אנדערעידש דינסט?אישתישבי האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז דער עבירה שטייט נישט אין די תורה?
עס איז טאקע א שווערע קשיא, פארוואס די גיהנם ווערען אזעלכע מענטשן פראטעקטעט , דער ביישפיל מאט לאער איז נאך ערגער, ווייל מען האט אים געמאכט א שלאס אויף זיין טייער פין אינעווייניג, כלומר מען זאל נישט קענען ארויס פין דער שטוב, און ער האט געקענט פארשליסן דער טיר דורך א קנעפל אונטער זיין טיש. וואס באמת קען זיין דער מאטיוו פין א שלאס מיט א קנעפל אויב נישט מאנס צו זיין אנדערע?
און עס קומט אויס אז נעבעך נחום דער משוגענער איז גערעכט אויך. און בארזים נפלה שלהבת, אויב גוים וואס דארפען מער מורא האבן פין געזעץ פירען זיך אזוי, קל וחומר אונז, מען טוט זיכער פראטעקטען דער מנהל מלמד טוטער עפעס שלא במתכוין, און דערנאך ווערן עס שוין אזוי. מען טוט גארנישט.
עס מוז טאקע האבן א הסבר. די הסברים וואס מען האט דערווייל געזאגט זענען נישט גענוג.
דער תירוץ איז אז די אפעקט פון מאלעסטעישן ווענד זיך שטארק אינעם קולטור און אין די וועג וויזוי די קינדער ווערן ערצויגן.
פאר צוויי טויזנט יאר צוריק איז מאלעסטעישן נישט געווען די זעלבע ווי היינט. קינדער זענען געווען מער עקפאוזד און קינדער האבן געקענט חתונה האבן אין גאר יונגן עלטער אן אפעקטירט ווערן.
- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
מאלעסטערס ווערן פראטעקטעט ווייל די פראטעקטערס אינטערעסן שטייען ביי זיי העכער פון דעם עולה וואס דער מאלעסטער האט אפגעטאן, זייערע אינטערעסען זענען פרעסטידזש און געלט און זיי קענען נישט עפארדן אז זייער אינסטיטושאן זאל זיך וואקלן
אינסטיטושאנס זענען מענטשן און רוב מענטשן זענען נישט מאראליש, ווען סקומט אפיר א חשד איז גרינגער אוועק צו קוקן אדער פארשווייגן ווי צו ווערן א אינוועסטיגעטאר און קאנפראנטן א מענטש מיט וועמען מאיז היימיש לאנגע יארן, ספעשילי אויב דער נחשד איז א געלונגענער מענטש וואס ברענגט אריין געלט און איז שוער צו ריפלעיסן

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טאמבל סאס האט געשריבן:די גריכן האבן נישט געזען קיין פראבלעם אין **** מיט קינדער, יונגלעך, ווילאנג ס'איז קאנסענטשועל...
טאמבל סאס: נו, טאקע דערפאר האבן אונזערע חכמים אזוי שטארק געהאקט אויף חכמה יוונית. די גריכישע קולטור און לייפסטייל בכלל. זיי זענען געווען געווייקט אין עבודה זרה און גילוי עריות אין אלע פארמען. און דאס האט געהייסן ..."קולטור"...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: דר. לעררי נאסאר סקאנדאל - פארוואס ווערן מאלעסטערס פראטעק
אין ענגלאנד האבן געוויסע "עליטע" (לייען מאלעסטער דערערדליגער) פון אקאדעמיע און רעגירונג געוואלט "אויפקלערן" דער פאלק אז דער תאווה דראנג פון ערוואקסענע צו קינדער איז נאטירליך און זייער נארמאל.טאמבל סאס האט געשריבן:די גריכן האבן נישט געזען קיין פראבלעם אין **** מיט קינדער, יונגלעך, ווילאנג ס'איז קאנסענטשועל...
Sent from my XT1096 using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: דר. לעררי נאסאר סקאנדאל - פארוואס ווערן מאלעסטערס פראטעק
טאמבל סאס האט געשריבן:מקור גראף?
http://www.telegraph.co.uk/comment/1094 ... males.html
נישט ממש נאר אז ס'איז דא ווען מען מעג...
https://amp.theguardian.com/uk-news/201 ... e-backlash
Sent from my XT1096 using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
גראף האט געשריבן:אין ענגלאנד האבן געוויסע "עליטע" (לייען מאלעסטער דערערדליגער) פון אקאדעמיע און רעגירונג געוואלט "אויפקלערן" דער פאלק אז דער תאווה דראנג פון ערוואקסענע צו קינדער איז נאטירליך און זייער נארמאל.טאמבל סאס האט געשריבן:די גריכן האבן נישט געזען קיין פראבלעם אין **** מיט קינדער, יונגלעך, ווילאנג ס'איז קאנסענטשועל...
Sent from my XT1096 using Tapatalk
דא אין אמעריקע איז דאך אויך געווען (ליידער נאכאלץ דא) די ..."נאמבלא"...ארגאניזאציע וועלכע האט געפרעדיגט פאר די רעכטן פון סעקשועל קאנטאקט צווישן אדולטס (זכרים) מיט יונגלעך., רח"ל. נאר לעצטנס זיצן זיי א ביסל איין. מ'הערט נישט קיין סאך פון זיי...!
NAMBLA: North American Man Boy Love Association...! פוי... ימח שמם וזכרם...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
און שו”ע אבן העזר סימן כ״כ סעיף ד׳
אין מוסרין תינוק ישראל לעובדי כוכבים ללמדו ספר ללמדו אומנות
סאיז א גמרא און עבודה זרה די רמב״ם און איסורי ביאה כ״ב ה״ה זאגט די טעם משום שחשודים על משכב זכר די חלקת מחוקק און ווען ער ברענגט די רמב״ם לייגט צו ועכו״ם מוזהרים על משכב זכר , טייטש אז די איסור איז נישט ווייל דאס קינד וועט ווערען באלעסטיגט , נאר אונז זארג מיר זיך גאר וועגען דעם גוי׳ס איסור אויף משכב זכר.׳
מה נעני אנן

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אספקלריה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אספקלריה האט געשריבן:און שו”ע אבן העזר סימן כ״כ סעיף ד׳
אין מוסרין תינוק ישראל לעובדי כוכבים ללמדו ספר ללמדו אומנות
סאיז א גמרא און עבודה זרה די רמב״ם און איסורי ביאה כ״ב ה״ה זאגט די טעם משום שחשודים על משכב זכר די חלקת מחוקק און ווען ער ברענגט די רמב״ם לייגט צו ועכו״ם חשודים על משכב זכר , טייטש אז די איסור איז נישט ווייל דאס קינד וועט ווערען באלעסטיגט , נאר אונז זארג מיר זיך גאר וועגען דעם גוי׳ס איסור אויף משכב זכר.׳
מה נעני אנן
אספקלריא: איך האב נישט געזעהן דעם רמב"ם און די מפרשים אינעווייניג. אבער איך מיין אז דו טייטשט נישט גוט אפ די כוונה פונ'ם רמב"ם. ווען ער זאגט..."מפני שהעכו"ם חשודין על משכב זכר"... האט ער נישט קיין דאגה מיט דעם גוי'ס עבירה. נאר ער זארגט זיך פאר דעם וואוילזיין פון דעם אידישן יונגל וואס מ'געט איבער אין זיינע הענט...!
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
גראף האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:מקור גראף?
http://www.telegraph.co.uk/comment/1094 ... males.html
נישט ממש נאר אז ס'איז דא ווען מען מעג...
https://amp.theguardian.com/uk-news/201 ... e-backlash
Sent from my XT1096 using Tapatalk
א דאנק.
קוקט אין די ענדע:
t’s fair to say the Tromovitch view does not represent majority academic opinion. It’s likely, too, that some of the academic protests against the “stigmatisation” of paedophiles are as much a backlash against the harshness of sex offender laws as anything else. Finally, of course, academic inquiry is supposed to question conventional wisdom and to deal rigorously with the evidence, whether or not the conclusions it leads you to are popular.
Even so, there really is now no shortage of evidence about the harm done by child abuse. In the latest frenzy about the crimes of the past, it’s worth watching whether we could, in the future, go back to the intellectual climate which allowed them.
רילי??
בנוגע די צווייטע לינק, לא קשיא, ווען ס'האנדלט זיך וועגן קאמפענסעישן, בדאית ליה חסרון כיס, ברויך מען שוין זיין מער פארזיכטיג. ובפרט ווען ס'איז טאקע דא פאלן וואס די קינדער ווילן. דאס איז שוין אנדערש ווי זאגן אז וועגן דעם איז נישט קיין פראבלעם צו עקטן דערויף. וד"ל
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אספקלריה האט געשריבן:און שו”ע אבן העזר סימן כ״כ סעיף ד׳
אין מוסרין תינוק ישראל לעובדי כוכבים ללמדו ספר ללמדו אומנות
סאיז א גמרא און עבודה זרה די רמב״ם און איסורי ביאה כ״ב ה״ה זאגט די טעם משום שחשודים על משכב זכר די חלקת מחוקק און ווען ער ברענגט די רמב״ם לייגט צו ועכו״ם חשודים על משכב זכר , טייטש אז די איסור איז נישט ווייל דאס קינד וועט ווערען באלעסטיגט , נאר אונז זארג מיר זיך גאר וועגען דעם גוי׳ס איסור אויף משכב זכר.׳
מה נעני אנן
אספקלריא: איך האב נישט געזעהן דעם רמב"ם און די מפרשים אינעווייניג. אבער איך מיין אז דו טייטשט נישט גוט אפ די כוונה פונ'ם רמב"ם. ווען ער זאגט..."מפני שהעכו"ם חשודין על משכב זכר"... האט ער נישט קיין דאגה מיט דעם גוי'ס עבירה. נאר ער זארגט זיך פאר דעם וואוילזיין פון דעם אידישן יונגל וואס מ'געט איבער אין זיינע הענט...!
איך האב צוגעברענגט דעם חלקת מחוקק׳ס פשט די רמב״ם אליינס כדרכו זאגט נישט פשט און רמב״ם.

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
פרישע סענטיסינג הירינג פאר אן אנדערע געמענאסטיק קלוב קומען פאר און דיע טעג ,און נאך דרייסיג מיידלעך זענען אפיר געקומען
מען קען זעען דא,א טאטע וואס דריי פון זיינע מיידלעך זענען פארגעוואלטיגט געווארען און טראגט עס מער נישט דורך און פלאצט אויס.
מהערט די מיידלעך וויינען און די בעקגראונד
https://m.youtube.com/watch?v=HjnwaagBigA