בלאט 1 פון 2

פאודה: דראמא סעריע וועגן די מסתערבים

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2018 6:37 pm
דורך כלבאשבוע
פאודה איז א איזרעלי עקשאן טעלעוויזיע סעריע וועגן די ספעציעלע מסתערבים איינהייט

די ערשטע סיזען איז עוועלעיבעל אויף נעטפליקס: https://www.netflix.com/title/80113612 און האט באקומען אויסערגעווענליך גוטע ריוויוס, די ניו יארק טיימס האט עס גערעיטעד אלץ די בעסטע אינטערנעשאנעל שאו פון 2017

כהאב שוין געוואטשט אסאך עקשאן דראמאס און דאס איז טאקע מוראדיג, די שרייבער האבן אמתע בעקגראונד און קאנטאקטן אינעם עכטן מסתערבים און מזעהט עס אן אויפן שאו, סאיז ממש ריעל

סהאלט שוין יעצט אינמיטן די צווייטע סיזען, דא איז די טעלעגראם טשענעל: https://t.me/fauda0arutzeysdarot

לינק צו וויקיפדיע ארטיקל: https://en.wikipedia.org/wiki/Fauda

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 1:49 pm
דורך סקרן
ווער איז די שוועסטער פון מורנו אין די צווייטע עונה איך קען איהר פון ערגעץ אנדערש אפשר שירה פון שבאבניקים?

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 8:05 pm
דורך כלבאשבוע
סקרן האט געשריבן:ווער איז די שוועסטער פון מורנו אין די צווייטע עונה איך קען איהר פון ערגעץ אנדערש אפשר שירה פון שבאבניקים?


זי הייסט מורן רוזנבלט, שירה פון שבאבניקים איז שירה נאור

געפעלט דיר וויאזוי זי עקט אדער וואס זי עקט אויס (בלשון נקיה)?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 11:06 am
דורך סקרן
זי עקט זייער גוט דו זעסט אויך א ריזעמבלענס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 11:14 am
דורך כלבאשבוע
אינגאנצן נישט

רוזנבלט איז א בעסערע עקטער

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2018 3:25 pm
דורך סקרן
איינער האט אפשר די נייע פרק?

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2018 4:33 pm
דורך סקרן

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 12:05 pm
דורך סקרן
סקרן האט געשריבן:איינער האט אפשר די נייע פרק?

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 4:59 pm
דורך סקרן
געזעהן די אכטע פרק זייער גוט אבער די מעשה מיט וואס זיי האבן געענדיגט די זיביטע איז הערשט געווען ביים סוף פון די עפיזאד
זיי זענען אויסטערלישע מומחים אויף צו האלטן די עולם געשפאנט

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 10:09 pm
דורך פרייוויליג
סקרן האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:איינער האט אפשר די נייע פרק?

דא קען מען טרעפן א אוצר פון איזרעלי פילמס אנליין

http://zira.ninja/watch/1508-%D7%A4%D7% ... a/season/2

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 9:40 pm
דורך כלבאשבוע
יעצט געענדיגט פרק 9, וואו! וואט ען עפיזאד, שפיץ דראמא

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 10:19 am
דורך קאוריג
אנגפאנגען די ערשטע צוויי עפיזאדן... צו שרעקעדיג פאר מיר

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 12:00 pm
דורך סקרן
כלבאשבוע האט געשריבן:יעצט געענדיגט פרק 9, וואו! וואט ען עפיזאד, שפיץ דראמא

ווי?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 12:12 pm
דורך ראוונע
איינער קען זיך אפשר מרחם זיין אין ארויפלייגען אויף google drive?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 1:11 pm
דורך כלבאשבוע
סקרן האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:יעצט געענדיגט פרק 9, וואו! וואט ען עפיזאד, שפיץ דראמא

ווי?


אויף טעלעגראם, פרייוויליגס לינק ארבעט אויך

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2018 4:53 pm
דורך כלבאשבוע
פאודה האט געווינען פיר איזרעלי עקעדעמיס לעצטע וואך, בעסט דראמא, בעסט עקטאר פאר ליאור רז - דורון און אויך בעסט סקריפט און דירעקטינג

https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 48,00.html

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 1:20 pm
דורך כלבאשבוע
סיזאן 2 געענדיגט נעכטן, כוויל נישט ספוילן אבער כהאב עקספעקטעד א שטערקערע פיינעלי, זיי פארקריכן אביסל פון זייער אריגענעלע שטארקייט

אוועראלל געווען א פיינע סיזען, נישט אזוי שטארק ווי סיזען 1 אבער נאך אלץ זייער גיט

נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 12:22 am
דורך טמיר
וויאזוי פרודוצירט מען די בלוטיגע סצענעס פון שיסערייען וכדומה? איז עס דורך ווידיא עדיטינג? אדער די קוילן געבן ארויס רויטע פארב? דאס פארענטפערט נאכנישט די מערדערליכע קלעפ וואס מען טיילט דארט

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 9:21 pm
דורך פרייוויליג
טמיר האט געשריבן:וויאזוי פרודוצירט מען די בלוטיגע סצענעס פון שיסערייען וכדומה? איז עס דורך ווידיא עדיטינג? אדער די קוילן געבן ארויס רויטע פארב? דאס פארענטפערט נאכנישט די מערדערליכע קלעפ וואס מען טיילט דארט

האסט נאכקיינמאל נישט געוואטשט קיין פילמס? קוק אויף יוטוב וועסטו זען אסאך איבער דעם. עס איז א באבל וואס קראכט אויף אויפן מענטש וואס געבט ארויס א פאלטשע רויטע פליסיקייט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 11:40 am
דורך סקרן
קומט א דריטע עונה?

Re: פאודה: דראמא סעריע וועגן די מסתערבים

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 5:11 pm
דורך נעגעל וואסער
סקרן האט געשריבן:קומט א דריטע עונה?

יאפס, האלט שוין אינמיטן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 9:33 pm
דורך איסר האטלקי
עונה בינונית

פאודה: דראמא סעריע וועגן די מסתערבים

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2020 3:12 pm
דורך חוקר ודורש
https://youtu.be/7d8NFW6-_Yc - Session 3 episode one