א פערפעקטער פארפאלק (וועקער 11)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 12
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 14, 2017 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
א פערפעקטער פארפאלק (וועקער 11)
די מעשה איז מער אזוי דאס נמשל, דער משל קען מען זיך נאך יעדער לעבעדיג ממשיל זיין. די לוויה ס'צענע פונקט ווי באשריבן האט זיך מיר איינגעדרוקט אין מוח אלץ קינד מיטהאלטנדיג מיין ערשטע לוויה דורך יוסל ווייס. דער קנאק אויפן ארון און דער "חמתו" אויסשריי קלינגט מיר נאך אין די אויערן.
זאגט דא אייערע קאמעטארן צום גוטן אדער בייזן. והוא רחום יכפר עון, ולא ישמע עוד שוד ושבר וכו'
זאגט דא אייערע קאמעטארן צום גוטן אדער בייזן. והוא רחום יכפר עון, ולא ישמע עוד שוד ושבר וכו'
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
שמערל האט געשריבן:די מעשה איז א גוטע נושא, חיים גראדע וואלט דאס אויסגעצויגן אין א פינעוו הונדערט בלאט נאוועלע, אבער דא האט זיך עס געפילט זייער געכאפט ווי א רויע דרעפט.
דאס איז די קונץ דערפון, ס'מאכט דיר אויף דיין IMAGINATION, די עיקר איז נישט די ארטיקל, נאר די מחשבות און געפילן וואס קומען נאכדעם.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
געוואלדיגע ארטיקל, עס האט מיר ממש געברענגט צו טרערן. זייענדיג א נושא וואס איז מיר נאנט צום הארצן - נעמליך, שלום בית - האט מיר ממש געשטאכן אין הארצן די פאסירונג. איך האב רחמנות געהאט אויף די ווייבל אז זי האט צו שפעט אנערקענט די מעלות פונעם ערשטן מאן, מיט זיין פשטות, נאכ'ן זוכן גליקן מיט א צווייטן מאן.
ליידער זענען פאראן אסאך אזעלכע מענטשן בתוכינו, סיי מענער און סיי פרויען, וועלכע קוקן כסדר אויף יענעמ'ס מעלות, און באמערקן הערשט דעם אוצר אונטער'ן אייגענעם אויוון אביסעלע צו שפעט.
ליידער זענען פאראן אסאך אזעלכע מענטשן בתוכינו, סיי מענער און סיי פרויען, וועלכע קוקן כסדר אויף יענעמ'ס מעלות, און באמערקן הערשט דעם אוצר אונטער'ן אייגענעם אויוון אביסעלע צו שפעט.
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:די מעשה איז א גוטע נושא, חיים גראדע וואלט דאס אויסגעצויגן אין א פינעוו הונדערט בלאט נאוועלע, אבער דא האט זיך עס געפילט זייער געכאפט ווי א רויע דרעפט.
דאס איז די קונץ דערפון, ס'מאכט דיר אויף דיין IMAGINATION, די עיקר איז נישט די ארטיקל, נאר די מחשבות און געפילן וואס קומען נאכדעם.
נו, פון דעם רעדט דאך שמערל שליט"א. ווייל אין חיים גראדע'ס מעשיות האסטו דיך באלעקט מיט א יעדע שורה. און אויך זיך אפגעשטעלט טראכטן און חלומ'ען ווי גלייך דו ביסט דארט לעבעדיג אויף די סצענע. (לכה"פ איך.).
נישט נאר גראדע. נאר א יעדער גרויסער שרייבער , אידישע ווי גוי'אישע קענען אראפברענגען און שילדערן א סצענע אז דו זאלסט שפיהרן ווי גלייך דו ביסט ממש דארט. איינער א גרויסער גוי'אישער, שרייבער פון איירישן אפשטאם. (א שטיקל אוהב ישראל. נאר זייער א ליבעראלער.) האט אויך די מעלה. ער קען שילדערן א סצענע אז דער ליינער זאלל שפיהרן ווי גלייך ער שטייט דארט. ער האט אמאל געשריבן אן ארטיקל אין די צייטונג דעילי ניוס מיט די העדליין ..."דער שבת גוי"... מיט א לשון ..."נסתר"... א דריטע פערזאן. ווי גלייך ער איז אן אבזערווירער. האט ער אראפגעלייגט די סצענע וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן א שבת אינדערפריה אין די אויגן פון א גוי'אישן (ארימען) יונגל ווען ער איז אריינגעקומען שבת אינדערפריה אנצו צינדן די הייצונג און אראפנעמען די לייכטערס פון טיש. און די אידישע מאמע האט איהם מכבד געווען מיט א שטיק פיינע, געשמאקע חלה און געפילטע פיש. ווער ס'ליינט יענעם ארטיקל קען מיינען אז ער איז דער גוי'אישער יונגל און ער שטייט דארט און האלט מיט די גאנצע סצענע...!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל