בלאט 1 פון 1

אויב יעדער אמעריקאנער זאל געבן פאר יעדן אמעריקאנעם $1

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:27 pm
דורך זר זהב
וואלט דאך יעדער אמעריקאנער געהאט 300 מיליאן דאלער, ניין?

און יעדער האט דאך צו געבן איין דאלער, ניין?

פארוואס רעדט נישט ראמני אדער אבאמא דערפון?

מ'וואלט געקענט מיט איין שריט מאכן יעדן פאר א מיליאנער.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:37 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:וואלט דאך יעדער אמעריקאנער געהאט 300 מיליאן דאלער, ניין?

און יעדער האט דאך צו געבן איין דאלער, ניין?

פארוואס רעדט נישט ראמני אדער אבאמא דערפון?

מ'וואלט געקענט מיט איין שריט מאכן יעדן פאר א מיליאנער.

אויב יעדער אמעריקאנער דארף געבן פאר יעדער אמעריקאנער איין דאלער, דארף יעדער אמעריקאנער שפענדען 300 מיליאן דאלער. סארי, איך האב נישט די געלט דערצו..

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:40 pm
דורך זר זהב
קוק אהער, איך בין סלאו!

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:40 pm
דורך יידל
עס דערמאנט מיר פון די צייט ווען מיין כיתה אין חדר האט בר מצוה געהאט און מ'האט צוזאם גענומען 2 דאלער פון יעדע אינגל פאר א בר-מצוה מתנה. ביז איין חכם איז אויפגעקומען מיט א חשבון אז אויב יעדער וועט געבן פאר יעדן 2 דאלער וועט דאך יעדער באקומען די זעלבע סומע געלט, אויב אזוי קען דאך יעדער קויפן זיין אייגענע מתנה און צו וואס מאכן די טירחא פון צוזאם נעמען געלט?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:43 pm
דורך נח געציל
זר, האסט מיך דזשאסט געמאכט פאר אן עושר! ווייל איך גיי האלטן די אלע דאללארן ביי מיר, און אזוי ארום שפאר איך מיך דריי מיליאן דאלאר!

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:48 pm
דורך געפילטע פיש
דאס איז דאך וואס די חכמי ישראל האבן געזאגט פאר דוד המלך ווען ער'ט געזאגט לכו והתפרנסו זה מזה, זיי האבן עם געענטפערט אין הבור מתמלא מחוליתו.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:48 pm
דורך זר זהב
איך בין דאך צומישט. אויב זאל איך היינט ארוםגיין נאך געלט איבער גאנץ אמעריקא און יעדער וועט מיר געבן איין דאלאר וועל איך דאך האבן 300 מיליאן. נו זאל יעדער אזוי טון. וואס גייט פאר מיט מיר?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 6:50 pm
דורך שימעלע
קודם כל שטיעמט עס נישט אזוי ווי יידל האט ארויס געברענגט. און אפולי עס איז מעגלעך אז יעדער און אמעריקע זאל אויפאיינמאל באקומען דריי הונדערט מיליאן איז נישט קיין גרויסע מעלה ווייל די דאלער וועט אזוי טראסקענען אז סוועט זיין ווערט כמעט גארנישט.
לאמיר זאגען א הויז וואס איז יעטץ ווערט א מיליאן דאלער א טאג נאך יעדער ווערט רייך(?) וועט ער עס נישט ווילען פארקויפן פאר וויניגגער ווי א פאר ביליאן. און די ארבייטער וועלן נישט ווילען ארבייטען נאר פאר אפאר טויזענט א שעה וכו׳.

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 7:37 pm
דורך געפילטע פיש
און בכלל, אז די גאנצע עולם גייט בטלען ביי די טירן וואס גייען די שנורערס טוהן? זיי גייען דאך ארויסגיין פון ביזנעס!

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 8:37 pm
דורך טעלעפאן
ערנסט גערעדט , אז יעדער האט די זעלבע זאך געלט וועט די אנפלאציע טראסקען ווי צודרייט

אבער וואס איך פארשטיי נישט איז, מען גיבט אויס ביליאנען צו הייבן די עקאנאמיע, מ׳שיקט א טשעקל פון $600 פאר א מענטש, און ס׳מאכט נישט צופיל אויס. ענדערש מאך אפ צו שפענדן צוויי ביליאן דאללער, און שיק אפ randomly צו קנאפע צוויי הונדערט טויזענט בירגער 100,000$ (קענסט אפילו צולייגן נאך 2-3 ביליאן, וויפיל האט דער סטימילוס פעקעדזש געקאסט?), אוי וועט די עקאנאמיע אנהייבן בומען

וואס זאגט איר צו מיין פלאן?

נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 9:26 pm
דורך קרעקער
כעל דיר אויסזאגען א סוד אז די שנארערס טיען טאקע דאס
פאשטייט זיך זיי קענען נושט אנקימען צי גאנץ אמעריקע אבער זיי פראבירען כיד ה' הטובה עליהם
אין אסאך פין זיי זענען טאקע מצליח....

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 12:49 am
דורך smart
און אסאך פון זיי זנענן געווארען גרויסע עשירים. בידעי ובמכירו קאמינא

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 2:37 pm
דורך נפתלי
טעלעפאן האט געשריבן:ערנסט גערעדט , אז יעדער האט די זעלבע זאך געלט וועט די אנפלאציע טראסקען ווי צודרייט

אבער וואס איך פארשטיי נישט איז, מען גיבט אויס ביליאנען צו הייבן די עקאנאמיע, מ׳שיקט א טשעקל פון $600 פאר א מענטש, און ס׳מאכט נישט צופיל אויס. ענדערש מאך אפ צו שפענדן צוויי ביליאן דאללער, און שיק אפ randomly צו קנאפע צוויי הונדערט טויזענט בירגער 100,000$ (קענסט אפילו צולייגן נאך 2-3 ביליאן, וויפיל האט דער סטימילוס פעקעדזש געקאסט?), אוי וועט די עקאנאמיע אנהייבן בומען

וואס זאגט איר צו מיין פלאן?

מסכים צום פלאן אבער לייג מיר אויף די ליסטע רענדאמלי