עצות וואס צו טוהן פון ליידיגייען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

עצות וואס צו טוהן פון ליידיגייען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מסתמא איז נישט דא צווישען אונז צופיהל אפיציעלע ליידיגייערס, יעדער דא האט וואס צו טוהן, אפילו ווען עס איז נאר אפדעיטען כלל ישראל וועגען נסיעות פון איינער פון די ברידער (איך רעד צו דיר [tag]לאקש[/tag]) וכדו'.

פארט אבער, אמאל בעט א חבר מ'זאל טרעפען אן עצה וואס מ'דארף טוהן ביים ליידיגייען, ווען ער שעמט זיך צו פרעגען אפיציעל.

פאר דעם ווידמע איך די אשכול.

מיר איז יעצט איינגעפאלען א געדאנק. אז מ'האט צוויי קאנטעס אין גוגל, קען מען מאכען א הענגאוטס קאלל פון איינער צום צווייטען. אדער גאר א ווידיאו קאלל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

היינט איז ב״ה דא אזויפיעל וואס צו טון.

איינע פון די בעסטע זאכן צו טון איז לכאורה זיך צו לערנען א פאך. ס׳טוט אויף צוויי זאכן, ערשטענס ווערסטו פארנומען, און צווייטענס קענסטו עס עווענטועל נוצן פאר מאכן זייטיגע געלט. ס׳איז דא טויזענטער טויזענטער גוטע ווידעאס אויף youtube וואס לערנט אויס סיי וועלכע פאך. קענסט למשל זיך לערנען מוזיק, און אפשר קויפן א ביליגע אינסטראמענט צו לערנען דערויף. קענסט לערנען וועב דיזיין, פאטאשאפ, מאלען. קענסט דיך אויך אויסלערנען וויאזוי זאכן ארבייטען ווי למשל, עלעקטראניקס, כעמיע, פסיכיאטריע, היפנאסיס א.ד.ג., טאמער ביזטו א מענטש וואס האט ליב צו פארשטיין וויאזוי זאכן ארבייטען קען זיין אז די וועסט ליב האבן פראגראמינג, וואס פאר׳ן ריכטיגען מענטש קען דאס זיין כמים קרים על נפש עייפה, ס׳קען געבן א געוואלדיגען סיפוק איינמאל מ׳האט עס ארויס.

אינטערעסאנטע טשענעלס אויף youtube וואס איך וואטש כסדר, קען זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע:
http://www.youtube.com/user/Kurzgesagt/videos
http://www.youtube.com/user/Vihart/videos
http://www.youtube.com/user/minutephysics/videos
http://www.youtube.com/user/henders007/videos
http://www.youtube.com/user/carykh/videos
http://www.youtube.com/user/arduinoversusevil/videos
http://www.youtube.com/user/laurisbeinerts/videos
http://www.youtube.com/user/pozitivnajaparochka/videos
http://www.youtube.com/user/SugarCharmShop/videos
http://www.youtube.com/user/everyframeapainting/videos
http://www.youtube.com/user/DaveHax/videos
http://www.youtube.com/channel/UCZOWiLL ... tgw/videos
http://www.youtube.com/channel/UC2rzsm1 ... 0Ng/videos

ס׳איז דא וועבזייטס וואס איז ספעציעל געשטעלט צו פארלירען צייט:
דא קען מען זעהן שיינע זאכן וואס מענטשן שטעלן צוזאם
א וועבזייט וואס נעמט צוזאם אינטערעסאנטע לינקס
ווען איר זענט מיד פון אלע נייעס קומט אהער דא צו זעהן נייעס וואס איז קיינמאל נישט געשעהן
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
פארשפארט