בלאט 1 פון 1

Songs of the Jewish shtetle

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2018 9:58 pm
דורך גלויבער
א גוטע וואך טייערע חברים,
אזוי ווי איך האב געזען אז מען רעדט נישט דערפון דא אין שטיבל וועל איך אנהויבן.
מיין חבר האט מיך לעצטענס געשיקט א יו טוב לינק פון א הערליכע אידישע קאנצערט פון 2011 דאכט זיך מיר ס'איז פארגעקומען אין רוסלאנד. איך האב עס שוין געוואטשט עטליכע מאל און איך בין ממש עדיקטעד.
די זינגער הייסט Efim Alexandrov פון רוסלאנד
אט איז דער ווידעא
https://youtu.be/qn5tuEhu6ns
איך האב אויך דאונלאודעד די אודיא גייט אן אויפהער אין מיין קאר. איך וועל עס אי''ה אפלאודען ווען איך וועל האבן וויי פיי.
איך קום דא צו אייך קודם כל צו מזכה זיין דעם רבים און בעיקר א בקשה, נפשי חולת פאר נאך דערפון. אויב האסטו עפעס ענליךס ביטע לייג ארויף
ווי אויך וואלט איך זייער געוואלט האבן די גראמען פון די לידער.
יישר כח למפרע
הערט און האט הנאה

נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2018 10:10 pm
דורך ברוך שפינוזה

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 1:15 am
דורך גלויבער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:פון אברהם לייב בורשטיין

Ok. Not bad

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 1:53 am
דורך berlbalaguleh
גלויבער: ייש"כ פאר דעם לינק. ס'איז זייער שטארק דערפרישנד צו זעהן אז אין קיעוו אוקריינע אינ'ם יאר 2014 איז דא אזא גרויסער פארלאנג און דורשט פאר אידישע מוזיק און קולטור. צו האבן א געפאקטן זאל פון הונדערטער צוהערערס און נאכפאלגערס וועלכע שפירן א צוגעבינדקייט צו אידישקייט אויף זייער אייגנארטיגן וועג...!

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 4:22 pm
דורך גלויבער
עטליכע מאל ווייזן זיי א רב למשל דא https://youtu.be/qn5tuEhu6ns?t=45m4s (אויף די לינקע זייט)
קען מיר איינער זאגן אויב דאס איז הרב בערל לאזאר?

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 4:58 pm
דורך אישתישבי
עס וואלט געוועהן שיין צו האבן די ווערטער פין די אלטע לידער.

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 6:41 pm
דורך גלויבער
אישתישבי האט געשריבן:עס וואלט געוועהן שיין צו האבן די ווערטער פין די אלטע לידער.

דא איז די ווערטער פון ביי מיר ביסטו שיין
http://www.hebrewsongs.com/?song=baymirbistusheyn

זייער שיין און אינהאלטסרייך!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 9:59 am
דורך [NAMELESS]
עס איז ווערד צו וואטשן דעם קאנצערט פאר יעדן פרייז אין די וועלט! כהאב עס יעצט געענדיגט קוקן אין איין ציה, ביטיפל איז נישט דאס ווארט, ביידיוועי האב איך געעפנט א טעלעגראם טשענעל פאר ווער עס וויל נאך פון די פארצייטישע יידישע סחורה.
די לינק איז https://t.me/yiddish_colture/22