בלאט 1 פון 1

די פרשה פון די רעגירונג פראגראמען לבתי חינוך בלאנדאן הבירה

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2018 11:23 pm
דורך נקודת-אמת
וואס ס'איז דא אזעלכע וואס רופן דאס: "גזירת החינוך".

ווער ס'קען ברענגען פרטים איבער די תקציבים וואס מ'פלעגט באקומען ביז היינט און וויפהל פראצענט פון דעם דערלייגן זיי אויב זיי גייען ארויס פון די כפירה פראגראמע"ן.

למשל אין ארץ ישראל, שטיצן מדינת הציונים פאר די מוסדות א סכום לויט וויפהל תלמידים לערנען אין דער מוסד (ד.ה. אז מ'באקומט אויף יעדער קאפ א געוויסער סכום געלט.)
ממלכתי וממלכתי דתי (און אפשר אויך די ממלכתי חרדי וואס די מדינה האט פראבירט אריינצופיהרן) קריגן 100%.
די "מוסדות-פטור" (ד.ה. מוסדות וואס לערנען נישט אויס די תלמידים לפי די פלאן פון מדינה נאר אן אייגענעם פלאן)
בתי חינוך לבנות של החינוך העצמאי, ורשת מעיין החינוך התורני של ש"ס בין בנים ובין בנות. 75-85%
תלמודי תורה חרדיים 35-45%.

אויב איינער קען קלאהר מאכן וועגן די פרטים אין ענגלאנד,
און אויף וויפהל פראצענט שפארט מען זיך, צו מ'זאל אפשר מאכן פשרות מיט די רעגירונג (ניין, נישט אין ארץ ישראל, ח"ו, נאר אין לאנדאן מעג מען) אדער זיך געזעגענען פון די געלטער.

תבוא עליו ברכת טוב ולייקים

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:34 am
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: איך וואוין נישט אין לאנדאן און איך ווייס נישט דעם אמת'דיגן מצב ( דאמאלס זיי שטילל און מיש דיך נישט אריין.) אבער לויט ווי איך בין אינפארמירט איז עס נישט קיין שאלה פון יא באקומען תקציבים. מער אדער וווייניגער. נאר ס'איז פשוט א שאלה קיומית. אז די ממשלה ווילן זיך אריינמישן און פאר שרייבן פאר די בתי החינוך וועלכע פראגראמען (אריינגערעכנט כפירה פראגראמען. (ניין. נישט ציונות. לאל.. ס'איז דא כפירה אויסער ציונות אויך. שוו.שמ. אלערט) און וויפיהל שעות א טאג מ'זאלל דאס לערנען... אויף דעם דארף מען זיך שלאגן (לעגאל)...!

Re: די פרשה פון די רעגירונג פראגראמען לבתי חינוך בלאנדאן הבי

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זייער ווייניג חרדישע מוסדות פאר אינגלעך באקומען רעגירונגס שטיצע, ווייל דעמאלס שטעלען זיי די קוריקולום. בעלזא, יסודי התורה און פרדס (אין ג.ג.) זענען פון די יחידים.

נאר וויבאלד מ׳האט געהאט צוטוהן מיט די מוזלעמענער, האבען דער רעגירונג זיך גענומען צו די ביינער פון אלע מוסדות.

ראו הוזהרתם, אלע וואס ווילען וואוטשערס אין אמעריקא!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:40 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: דו מאכסט מיך שמייכלען. דו זאגסט עס מיט א לשון כאילו די אלע חשוב'ע מענטשן ..."וויללן"... נעמען וואוטשערס. זיי נעמען ב"ה בשתי ידיים. אויף ביידע באקן. זיי, און די מוסדות הקדושים זענען זיך מחיה מיט דעם. זיי וויללן נאר נישט וויסן פון דעם תירוץ וואס מהרי"ל דיסקין זצ"ל האט געזאגט פאר חיים ווייצמאן וסייעתו ווען זיי האבן זיך אנגעטראגן צו שטיצן די ת"ת עץ חיים אין ירושלים. און ווייצמאן האט אויך צוגעזאגט אז ער גייט זיך נישט מישן אין זייער סדר הלימוד. האט איהם מהרי"ל ברוב חכמתו געענטפערט..."אויב נעם איך געלט פון דיר, וועסטו נישט דארפן קומען צו אונז און זאגן דיעות. מיר וועללן גיין צו דיר און זיך צו שטעללן צו דיין רצון"...!

Re: די פרשה פון די רעגירונג פראגראמען לבתי חינוך בלאנדאן הבי

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 1:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳וויל נעמען, דער רצון איז דא. מ׳דארף נאר אויסלערנען דער רעגירונג אין נ.י. נ. דזש. אז זיי זאלען זיך אפלערנען פון אהייא ודעימיה.

אין דיין מעשה שטימען נישט די נעמען. רי"ל איז אוועק מער ווי צוואנציג יאר איידער חיים ווייצמאן איז אנגעקומען אין א.י.. ווי אויך איז עץ חיים געווען פון ר׳ שמואל סאלאנט, דער בר פלוגתא פון רי"ל. די מעשה איז פארגעקומען ביי הרב משה קליערס פון טבריה (ער איז געווען איינער פון די רבנים וואס זענען מיטגעגאנגען מיט הרב קוק, הרב חרל"פ און ר׳ יוסף חיים אין די מושבות מחזק צו זיין די אידען אין הלכות התלויות בארץ). ער האט עס געזאגט אויף זיין מוסדות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 1:53 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: ס'קען זיין אז דו ביסט היסטאריש גערעכט. גיי בלעים מיין רעבי'ן...די ירושלימ'ער אידישע ליכט. מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן. און וואס ער האט געזאגט און געשריבן איז ביי מיר געווען תורת לאקשן...!

ועוד. ס'קען זיין אז די מעשה איז אויך געשעהן ביי ר' משה קליערס אין עיה"ק טבריא. אבער זיי האבן געהאט אן אינטרעס ארויסצוהייבן די מלחמה וואס מהרי"ל דיסקין האט געפיהרט אקעיגן די אריגיאנלע ציונים...!

פאר מיר איז וויכטיג אויב מיין טשעק (פון די ישיבה) קומט אן אין צייט. אלע אנדערע זאכן זענען בבחינת לא מעלה ולא מוריד...!

Re: די פרשה פון די רעגירונג פראגראמען לבתי חינוך בלאנדאן הבי

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 4:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין נישט באקאנט אין א מחלוקת צווישען הרב יהושע ליב און די ציונים. וואס פארא מחלוקת האט ער געהאט מיט זיי? לגבי איין הלכה פון היתר מכירה, האט ער איין מאל מתיר געווען און איין מאל גע׳אסר׳ט (אזוי ליגט מיר אין קאפ). אבער מיט ציונות האט עס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk