בלאט 1 פון 4
2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תיקון
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:34 pm
דורך איש את רעהו
אין א קורצע צייט אפשניט איז געשעהן רח"ל 2 טעראר אקטן ביי מתנחלישע געגנטן
אין א הספד אויפן נעכטיגן נרצח ל"ע, האט איינער פין די פרעדיגער פאר וואוינען אין די שטחים גערעדט און געזיכט א תיקון וואס מען קען פארעכטן די מעשים אויף די שוידערליכע פאסירונגען, ער האט תולה געווען די געשעהנישען אין דעם און יענעם.
ווער עס קען בעטן די פרעדיגער זאל ערלעדיגן אז די אלע אידן וואס געפינען זיך במקום סכנה זאלן באפרייען זייערע פרויען און קינדער וואס געפינען זיך אין האסטעדזש, און קענען נישט ארויסקריכן פינעם מקום מסוכן, וואלט עס געווען א מוראדיגע תיקון וואסי שייך יעצט אויפן מאמענט צו פאריכטן.
בילדער פין די אויפטרייסעלנדע לוי'

- ל.jpg (36.17 KiB) געזען געווארן 2751 מאל
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:38 pm
דורך וואלווי
זעט אויס די ווייסט נישט פון די באקאנט ווארט אז "ביי חתונות און לוייות פראוועט מען נישט קיין קנאות"...
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:40 pm
דורך איש את רעהו
וואלווי האט געשריבן:זעט אויס די ווייסט נישט פון די באקאנט ווארט אז "ביי חתונות און לוייות פראוועט מען נישט קיין קנאות"...
דער מספיד האט נישט געזיכט צו פראווען
און נישט קנאות
ער האט געזיכט א תיקון צום מצב
ער האט געפוינט אויף דעם שומר און יענער שומר אז זיי זענען שולדיג פאר די שוואכע שמירה
די פשוטע וועג ארויס איז נישט זיך געפינען אין די ערטער, גיין אויף מער באהיטענע מקומות.
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:46 pm
דורך ברוך שפינוזה
הוי מתפלל בשלומה של מלכות שאלמלא מוראה, איש את רעהו חיים בלעו.
יא יא מ'מיינט דיר.
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:55 pm
דורך וואלווי
יעצט ריפסטו עם שוין א מספיד, רעדסט שוין מער נישט בלויז אידיש. ווען די ברך משה זי"ע האט מספיד געווען זיין הייליגען פעטער ז"ל האסטו עם אויך גערופען א "פרעדיגער"?
ס'דיר אפשר איינגפאלן בטעות אז מ'האנדעלט דא פון נאנטע מענטשען הייליגע יודען וואס אחד מבני החבורה איז אויסגעגאנגען מיט א מיתה משונה דורך אן אראבישער רוצח?
דיין גשמיות'דיג הארץ האט נישט געטראפט גענוג בלוט אז די איינצוגסטע זאך וואס ס'קען נישט אריבער טראגען איז די קנאי'שע סוגיא פון התגרות באומות?
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:00 pm
דורך וואלווי
אז די וואלסט געהאט די אמת'ע כוונה פון דורך שמועס'ן די נושא וועגען וואוינען אין א מסוכנ'דיגער מקום וואלסטו געשריבען אביסעל מער מענטשליך.
קענסט נאך תשובה טוהן...
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:42 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:זעט אויס די ווייסט נישט פון די באקאנט ווארט אז "ביי חתונות און לוייות פראוועט מען נישט קיין קנאות"...
וואלווי: דער בהמה פרייט זיך דאך אין הארצן(אזוי ווי ישראל מ. סופר. נאך א ציוני געהרג'ט. אבער ער איז א וואלף (ניין. נישט אזא וואלף ווי דו און איך וואס אינז האמיר ב"ה אהבת ישראל און רחמנות אויף אנדערע אידן) אין שאף'ס קליידער. ער האטציך אנגעטון א סוועטער געמאכט פון שעפסענע וואל. אבער אין אמת'ן איז ער א זאב טורף. א חיה טורפת. אן אכזר וכו'..! ער האט נעבעך רחמנות אויף די ווייבער און קינדער פון די מתנחלים...! ער געט זיי עצות. לפי שיטתו המטורפת איז דאך גאנץ ארץ ישראל א מקום סכנה. אבער הארלעם און בעדפארד-סטייוועסענט, וואו די וואוילע שווארצע ווואוינען איז נישט קיין מקום סכנה...!
איך האב אן עצה פאר איהם. ער זאלל מאכן אן אפיעל אין ביהמ"ד ארויסצוראטעווען די משפחות פון די מתנחלים. און ברענגען זיי קיין וויליאמסבורג עיר הקדשה...!
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:49 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:אז די וואלסט געהאט די אמת'ע כוונה פון דורך שמועס'ן די נושא וועגען וואוינען אין א מסוכנ'דיגער מקום וואלסטו געשריבען אביסעל מער מענטשליך.
קענסט נאך תשובה טוהן...
וואלווי: ער איז אבער כסו...!.
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:53 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך. ווילאנג אונזערע רבנים וועלן תולה זיין אלע אומגליקן אין צניעות און טעכנאלאגיע, וועלן יענע תולה זיין אין וואס זיי ווילן. קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים. קודם זאלן אונזערע רבנים אנהענגען אונזערע אומגליקן אין די מחלוקת'ן, אין די לוקסוס, אין די מנהג פון זיך ווארפן מיט אידישע קינדער אין די מוסדות, די מצב פון דין תורות, מסירה, און נאכדעם העמיר רעדן פון די איזראעלי רבנים. דיעל?
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:55 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל, ביטע. איך פארשטיי אייער מיינונג, אבער איך בעט אייך גיבט אכטונג אויף פערזענליכע אטאקעס. איש איז בארעכטיגט צו שרייבן וואס ער טראכט, און איר מעגט אים אפענטפערן, אבער פליז נישט מיט קיין דברי זלזול ושמץ.
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:04 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ אט דאס קאכט מיך אויף. בשעת ס'איז דא אזויפיהל צו פאררעכטן אין אייגענעם חצר, איז מען אייביג פארנומען מיט יענעם'ס חטאים. אבער ביי זיך איז אלעס אין ארדענונג. ווען ס'וואלט געווען א 50/50 דיעל. מזאלל טאקע רעדן פון יענעם עבירות. אבער א ביסל רעדן פון אייגענע נישט טויגעדיגע מעשים , החרשתי. אבער מ'מאכט זיך כאילו ביי זיך איז אלעס אין גרעסטן ארדענונג. נאר ביי יענעם טויג נישט.
אויב הרב איצא קליק שליט"א וועט וועללן וויסן וואס די זאכן. די דברים הצריכים תיקון ביי אונז אין שטעטל, קען ער זיך פארבינדן מיט מיר. און איך וועלל איהם בלי"נ געבן א גאנצע רשימה וואס מ'קקען אלץ מתקן זיין איידער מ'שעלט צוזאמען יענעם .
דאס איז דער טייטש אויפ'ן פסוק..."נחפשה דרכינו ונח-קורה"...אזוי ווי די גמ' זאגט (כ'מיין אין מס' בבא מציעא) אויב איינער זאגט פאר יענעם. ..."טול קיסם מבין שיניך"... ענטפערט זיין חבר איהם צוריק..."טול קורה מבין עיניך"... הייסט אויב דו קריטיקירסט מיך אויף א קלייניגקייט. קען איך דיר זאגן קריטיק אויף א גרויסע זאך וואס דו דארפסט ערשט צו פאררעכטן. איז דער פשט אזוי. נחפשה דרכינו. אויב אונז וועלן נאכזוכן (און מתקן זיין ) אונזערע אייגענע דרכים. ונח- דאמאלס וועללן מיר לאזן רוען קורה די באלקן וואס יענער וועט ענטפערן טול קורה מבין עיניך...!
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:05 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' בערל, ביטע. איך פארשטיי אייער מיינונג, אבער איך בעט אייך גיבט אכטונג אויף פערזענליכע אטאקעס. איש איז בארעכטיגט צו שרייבן וואס ער טראכט, און איר מעגט אים אפענטפערן, אבער פליז נישט מיט קיין דברי זלזול ושמץ.
שמעקעדיג: או.קעי. איך גיי עס באלד בלי"נ מתקן זיין...!
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:56 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:זעט אויס די ווייסט נישט פון די באקאנט ווארט אז "ביי חתונות און לוייות פראוועט מען נישט קיין קנאות"...
וואלווי: דער בהמה פרייט זיך דאך אין הארצן(אזוי ווי ישראל מ. סופר. נאך א ציוני געהרג'ט. אבער ער איז א וואלף (ניין. נישט אזא וואלף ווי דו און איך וואס אינז האמיר ב"ה אהבת ישראל און רחמנות אויף אנדערע אידן) אין שאף'ס קליידער. ער האטציך אנגעטון א סוועטער געמאכט פון שעפסענע וואל. אבער אין אמת'ן איז ער א זאב טורף. א חיה טורפת. אן אכזר וכו'..! ער האט נעבעך רחמנות אויף די ווייבער און קינדער פון די מתנחלים...! ער געט זיי עצות. לפי שיטתו המטורפת איז דאך גאנץ ארץ ישראל א מקום סכנה. אבער הארלעם און בעדפארד-סטייוועסענט, וואו די וואוילע שווארצע ווואוינען איז נישט קיין מקום סכנה...!
איך האב אן עצה פאר איהם. ער זאלל מאכן אן אפיעל אין ביהמ"ד ארויסצוראטעווען די משפחות פון די מתנחלים. און ברענגען זיי קיין וויליאמסבורג עיר הקדשה...!
בערל, בסה"כ זאגט ער נאך וואס דיין רבי האט געזאגט עטליכע יאר צוריק ווען 3 בחורים זענען ערמארדעט געווארן.
פאר א קלארקייט וועט מען דארפן ווארטן פאר'ן נעקסטע שיעור פון מנשה רייזמאן ווי מ'וועט הערן פינקטליך פארוואס די אומגליקן האבן פאסירט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 1:54 am
דורך אדונינו
איש את רעהו האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:זעט אויס די ווייסט נישט פון די באקאנט ווארט אז "ביי חתונות און לוייות פראוועט מען נישט קיין קנאות"...
דער מספיד האט נישט געזיכט צו פראווען
און נישט קנאות
ער האט געזיכט א תיקון צום מצב
ער האט געפוינט אויף דעם שומר און יענער שומר אז זיי זענען שולדיג פאר די שוואכע שמירה
די פשוטע וועג ארויס איז נישט זיך געפינען אין די ערטער, גיין אויף מער באהיטענע מקומות.
אוי אוי... כהנא איז דאך אזוי גערעכט...
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 5:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צו עס איז אין פלאץ אזוי צו דרש'ענען ביי א לויה, און אפילו נישט ביי א לויה אבער אין אן אופן וואס עס וועט אנקומען צו די אבלים, אבער דאס איז א זאך אויף וואס מען דארף טראכטן. ט'ווי קען מען ברענגען קינדער צו א פלאץ וואס איז מוחזק בסכנה? בעדפארד סטיי איז ווייט ווייט פון דעם, קוק די ציפערן. איך קען נישט די מציאות, פארשידענע התנחליות האבן נישט די פראבלעמען, כגון ביתר און קרית ספר. אבער די וואס זענען יא א סכנה, איז עס דען אויסגעהאלטן צו גיין\ברענגען קינדער דארט?
אבער מיר זיינען נישט די חכמים וואס זענען אויפגעקומען דערמיט. זיי ווייסען פון דעם, און זיי טענה'ן אז וויבאלד די הלכה איז אז ישוב א"י איז א מצוה אפילו בזה"ז, און דער ישוב קומט מיט א מלחמה כמבואר ברמב"ן, ממילא איז פיקוח נפש דאס נישט דוחה. און נישט זיי זאגן עס, נאר אין תשובות דברי יהושע (פון הרב יהושע הלר, מח"ס חוסן יהושע ועוד) שטייט אז פיקו"נ איז נישט דוחה מצות ישוב א"י, דוכט זיך געבויט אויף א חינוך. (איך שרייב פון זכרון, ממילא אפשר בין איך ערגעץ טועה. איך האף סייווי אז קיינער וועט נישט פסק'ענען קיין דיני נפשות פון דא). עפעס ליגט מיר אין קאפ פון ר' מאיר שמחה אויך אזוי. וויבאלד די ישובים זענען א יסוד פון דער ישוב היהודי אין א"י, דעריבער קען זיין אז פיקו"נ איז עס נישט דוחה. נאר זיי דארפן זיך באזארגן די בעסטע שמירה מעגליך, כמובן מאליו.
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 1:57 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט צו עס איז אין פלאץ אזוי צו דרש'ענען ביי א לויה, און אפילו נישט ביי א לויה אבער אין אן אופן וואס עס וועט אנקומען צו די אבלים, אבער דאס איז א זאך אויף וואס מען דארף טראכטן. ט'ווי קען מען ברענגען קינדער צו א פלאץ וואס איז מוחזק בסכנה? בעדפארד סטיי איז ווייט ווייט פון דעם, קוק די ציפערן. איך קען נישט די מציאות, פארשידענע התנחליות האבן נישט די פראבלעמען, כגון ביתר און קרית ספר. אבער די וואס זענען יא א סכנה, איז עס דען אויסגעהאלטן צו גיין\ברענגען קינדער דארט?
אבער מיר זיינען נישט די חכמים וואס זענען אויפגעקומען דערמיט. זיי ווייסען פון דעם, און זיי טענה'ן אז וויבאלד די הלכה איז אז ישוב א"י איז א מצוה אפילו בזה"ז, און דער ישוב קומט מיט א מלחמה כמבואר ברמב"ן, ממילא איז פיקוח נפש דאס נישט דוחה. און נישט זיי זאגן עס, נאר אין תשובות דברי יהושע (פון הרב יהושע הלר, מח"ס חוסן יהושע ועוד) שטייט אז פיקו"נ איז נישט דוחה מצות ישוב א"י, דוכט זיך געבויט אויף א חינוך. (איך שרייב פון זכרון, ממילא אפשר בין איך ערגעץ טועה. איך האף סייווי אז קיינער וועט נישט פסק'ענען קיין דיני נפשות פון דא). עפעס ליגט מיר אין קאפ פון ר' מאיר שמחה אויך אזוי. וויבאלד די ישובים זענען א יסוד פון דער ישוב היהודי אין א"י, דעריבער קען זיין אז פיקו"נ איז עס נישט דוחה. נאר זיי דארפן זיך באזארגן די בעסטע שמירה מעגליך, כמובן מאליו.
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] ביסט דער ערשטער דא אינעם אשכול וואס איז מגיב צום ענין
אלע וואס רעדן דא איבער געהויבענע ענינים ווי הרב רייזמאן זאל זאגן די סיבה צו דעיס וואס אינזערע רבנים געבן אינז סיבות ביים מעורר זיין אויף אומגליקן, דאס איז אלץ נישט די נושא דא
ווען דו זעהסט מענטשן רעדן דרשות צו צורעדן אנדערע צו האלטן האסטידזש פרויען און קינדער אינטער א אידילאגיע וואס הייסט זיך לאזן רצח'ענען אין זיצן במקום מסוכן פאדערט עס פין אינז אביסל רחמנות צו וועלן העלפן די אומשילדיגע קינדער און פרויען וואס ווערן פארהאלטן אין מסוכנ'דיגע אומשטענדן
ווען דו זעהסט אזא בילד
דארף דאס אידיש הארץ צונומען ווערן פאר צער פון די אומגליקליכע די אלמנה און יתומים וואס ווערן פארהאלטן פארכאפט אינטער נארישע פרעדיגעריי צו לאזן זיך אויפהאלטן במקומות מסוכנים.
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 2:21 pm
דורך שמעקעדיג
איש, דו האסט געלייענט ליטוואק'ס גאנצע תגובה?
איך האלט אויך אז מען טאר נישט וואוינען דארט, דו פארשטייסט אבער נישט אז ביי זיי איז דאס יהרג ואל יעבור "במלוא מובן המלה"?
ליינט די רייד פינעם אומגליקליכער פרוי פינעם נרצח
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 2:23 pm
דורך איש את רעהו
די פרוי האט אין אירע ווערטער צו די פאבליק געזאגט אז די טרייסט נאך די שרעקליכער מארד וועט זיין דאס מער מענטשן אריינשלעפן אינעם נעץ פין וואוינען אין די ערטער ווי עס איז א סכנה צו זיין
אני חושבת שהנחמה היחידה שיכולה להיות שנראה את הישוב שלנו כאן מתפתח וצומח והופך לעיר.
שיידעו שמעשים כאלה מובילים להתפתחות של עם ישראל. להתחזקות של עם ישראל בארץ ישראל. ושזה יהיה הדם האחרון שיישפך. איתמר כל הזמן חשב איך לעשות את הישוב יותר טוב. מה לעשות. איך חייבים לגדול איך חייבים להתפתח מכל הבחינות
עס איז א אומבאשרייבליכע רחמנות אז דאס פיטערט מען נעבעך פאר אידן וואס ווילן זיך אוועקגעבן פאר תורה ומצוות.
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 2:25 pm
דורך איש את רעהו
שמעקעדיג האט געשריבן:איש, דו האסט געלייענט ליטוואק'ס גאנצע תגובה?
איך האלט אויך אז מען טאר נישט וואוינען דארט, דו פארשטייסט אבער נישט אז ביי זיי איז דאס יהרג ואל יעבור "במלוא מובן המלה"?
איך פארשטיי
יאך פארשטיי אויך אז ווען איר גייט באזיכן פאציענטן אינעם בית משוגעים האבן זיי אויך זייערע משוגעת'ן און דאס מאכט זיי נישט ווינציגער רחמנות.
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:09 pm
דורך נקודת-אמת
געהערט האב איך פונעם באקאנט'ן משפיע הרב החסיד ר' דוד שלאמע שליט"א
מלפנים משגיח בישיבת "עץ-חיים" ד'ווילרייק, בעלגיע,
היינטיגע צייטן וואוינט ער צווישן ערד און ירושלים אין ארץ-ישראל.
יענע צייטן פלעגט ער אסאך ארום-שמועס'ן מיט'ן באקאנטען אייראפעישער רשכבה"ג הגה"ק אדמו"ר מפעשווארסק שליט"א.
ס'איז דא אסאך אינטערסאנטע אויסדרוקן זיינע וואס ער האט עם געזאגט אין יענע שמועס'ליך.
תחת אחד השיחים, איז ארויף געקומען אויפן טיש אז ס'האט זיך געמאכט אז מ'האט גערעדט פון די 'מתנחלים'
(די פרומע מזרחי'ניקע"ס וואס גיין וואוינען אין די אלע געגענטער וואס דזשארדען האט איבערגענומען פון די ענגלישע יארע 1948 און יזרעאל האט דאס איבערגענומען פון דזשארדען אין יארע 1967.)
און רבינו ר' לייביש שליט"א זאגט פאר ר' דוד הנ"ל:
"זאלסט וויסן, ביום ההוא (משיח'ס טאג, אדער לעולם הבא) וועלן זיי זיצן אויבן-אן ממש אין די פראנט".
ר' דוד, וועלעכע האט געוואוסט גודל קנאותו של הצדיק מפשעווארסק הביע פנים מתמיהות היתכן צו הערן פונקט פונעם רבי'ן אזא מימרא.
האט דעם רבי'ן גלייך זיך מסביר געוועהן:
"זייערע גאנצע שיטה איז בטעות ובשקר יסודה, אבער ווייז מיר דו 1 מצווה וואס אונז טוען מיר מיט אזא מסירות נפש וואו זיי פלאגן זיך אויף זייערע מכלומר'שטע מצוה.
מיר קענען נישט בייווייזען אזא מסירות נפש אויף א זאך וואס מיר גלויבן אז דאס איז די גרעסטער יסוד אין יודישקייט.
און אונז זענען מיר מסכים אז אט דאס גייט ביז מסירות נפש ועד בכלל, וועלן מיר זיך אריינלייגן אין אן עכטע סכנה, מיר אליין צו אונזער נאנטע משפחה?"
אין עולם העליון, אז דער מענטש האט זיך אוועקגעגעבן פארן אויבערשטן אפי' מיט אטעות אין השקפה וועט ער באקומען על אף טעותו.
אזוי האלט דער פעשווארסקער צדיק הדור.
אישעסרייעייהי קען האקן קעגן מיט א רחמנות אויף די ווייב און די קינדער וואס זענען זיך מוסר-נפש כפשוטו ממש.
ועוד חזון למועד אי"ה
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:18 pm
דורך איש את רעהו
נקודת-אמת האט געשריבן:
אישעסרייעייהי קען האקן קעגן מיט א רחמנות אויף די ווייב און די קינדער וואס זענען זיך מוסר-נפש כפשוטו ממש.
האקן קעגן?
מען דארף זיך מרחם זיין און ארויסנעמען די אויווענאהן זיצערס פינעם מסוכנדיגע ארט ווי זיי ווערן געשחטן כצאן לטבח.
א אויווענאהן זיצער איז נישט בארעכטיגט צו זיין א רודף אויף אנדערע און זיי אריינשטעלן בסכנה.
אויב די מתנחלים וואלטן געוואוינט ערגעץ אנדערש...
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 3:44 pm
דורך נקודת-אמת
דער מיינונג אז אויב מ'וועט נישט וואוינען דארטען וועלן די פיינע וואוילע אום-שולדיגע-קאזינס בלוט-דארשטיגע-בני-ישמעאל זיצן שטיל און אוועק לייגן זייערע געווער
קומט אדער פון טפשות (נישט זיך לערנען פון היסטערי) אדער פון רשעות (וויסן וואס די פאקטען פון די היסטאריע ווייזן אויף, און אעפ"כ שרייען אז אט דאס רעגט אויף די ימח-שמו'ניקס).
די חברה וואס וואוינען דארט האלטען-אפ (אין א-געוויסע-זין) דער ארבישער מערדער פון אנקומען און אריבער פיהרן שחיטות אינעם אנדערן חלק לאנד.
ס'איז לייכט צו זיצן אין די געשמאקע גלות אין אמעריקע און קענען היסטאריע פון די מדינה דורך די באשרייבונגען פון דער איד אדער ha'aretz אויף ענגליש.
און שרייבן אזוינס ווי ר' איש את רעהו האט פותח געועהן אין דעם אשכול.
יעדער וואס קען די פאקטן האלט אנדערש.
Re: 2טע רציחה'דיגע טעראר אויף מתנחלים ל"ע ה"י, זיי זיכן א תי
נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2018 6:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איש את רעהו - איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער נישט ביי יעדער איינער איז דער הייראטונג א מצב פון געוועלדיגען. אפשר געוועלדיגט דיין פרוי אויף דיר, אבער דאס מיינט נישט אז די מענער אין יש"ע געוועלדיגען אויף זייער ווייבער. די ווייבער זענען הונדרעט פערצענט איינשטימיג, זיי ווילען אויך לעבען אזא סארט לעבען. אחוץ טאמער עס איז דא אפאר שלעכטער מענער וואס געוועלדיגען זיך יא. און מעגליך שלעכטער ווייבער וואס שלעפען זייער מענער.
קיינער איז נישט קיין האסטעדזש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk