בלאט 1 פון 1

פלאקאטן וואס טוהן פארהאלטן ר' איד!

נשלח: פרייטאג פעברואר 09, 2018 5:05 pm
דורך קורקלענד
די שטאט איז אינגאנצן באהאנגען, פיל מיט פלאקאטן וואס טוהן פארהאלטן ר' איד. איינער ווייסט דער באדייט? איז עס א פאליטישע קאמפיין? א רעליגיעזע קאמפיין? א קאמערציאלע אונטערנעמונג?

מעגליך שטייט ר' מענדל אונטער דעם אויעך?

ווער עס ווייסט מער פרטים, ביטע לאזן הערן.

Re: פלאקאטן וואס טוהן פארהאלטן ר' איד!

נשלח: פרייטאג פעברואר 09, 2018 5:09 pm
דורך מוזיק עקספערט
קורקלענד האט געשריבן:די שטאט איז אינגאנצן באהאנגען, פיל מיט פלאקאטן וואס טוהן פארהאלטן ר' איד. איינער ווייסט דער באדייט? איז עס א פאליטישע קאמפיין? א רעליגיעזע קאמפיין? א קאמערציאלע אונטערנעמונג?

מעגליך שטייט ר' מענדל אונטער דעם אויעך?

ווער עס ווייסט מער פרטים, ביטע לאזן הערן.
צו מיר קוקט עס אויס ווי א 'קרויס שטריימלעך' קאמפיין, די לעצטע פאר יאר מאכן זיי אזא סטיל קאמפיין.

Re: פלאקאטן וואס טוהן פארהאלטן ר' איד!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 10, 2018 8:30 pm
דורך א שרייבער
מוזיק עקספערט האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:די שטאט איז אינגאנצן באהאנגען, פיל מיט פלאקאטן וואס טוהן פארהאלטן ר' איד. איינער ווייסט דער באדייט? איז עס א פאליטישע קאמפיין? א רעליגיעזע קאמפיין? א קאמערציאלע אונטערנעמונג?

מעגליך שטייט ר' מענדל אונטער דעם אויעך?

ווער עס ווייסט מער פרטים, ביטע לאזן הערן.
צו מיר קוקט עס אויס ווי א 'קרויס שטריימלעך' קאמפיין, די לעצטע פאר יאר מאכן זיי אזא סטיל קאמפיין.
איך agree

נשלח: מוצ"ש פעברואר 10, 2018 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
פארוואס איז מיין תגובה אראפגעשטופט געווארן...?!

ניין. איך קען עס נישט איבערשרייבן... :x

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2018 12:14 am
דורך שמעקעדיג
איך האב געהאט די זעלבע שאלה. אין יעדן געגנט האבן זיי אנדערע סארט שאלות. איך האף אז דאס איז א נארמאלע קאמפיין. איך האב געטראכט אפשר ווילן עסקנים קאמפיינען זיך צו רעגיסטרירן צו וואוטן, אבער איך הייב אן מורא האבן אז מען נעמט אונז ווידער אויף א רייד. איך בין שוין סיק און טייערד פון די פאררוקטע "מארקעטינג עקספערטן" וואס קריכן אויף די געהירן.

Re: פלאקאטן וואס טוהן פארהאלטן ר' איד!

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2018 1:40 am
דורך א שרייבער
דאס צילן זיי, צו כאפן די אויגן פון די פארבייגייער אז עס זאל אריינגיין אין די מוחות, און יעדער זאל רעדן דערפון. וואס אויטאמאטיש וועט דאס האָבן א שטארקע אפקלאנג.

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2018 3:10 am
דורך נולד מאוחר
כמיין און האף אז סאיז מארקעטינג פאר דו וועקער מעגעזין.

נשלח: זונטאג פעברואר 11, 2018 12:13 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר: ניין. די מארקעטינג פאר די וועקער איז נישט אזוי פאררוקט און אכזריות'דיג. דו זעהסט דאך אז מ'צוכאפט עס. און אויך. די רעדאקטארן זענען נישט דא פאר געלט. ווייל די ארבעט און כוחות וואס ווערן אריינגעלייגט צאללן זיך נישט אויס (לכה"פ אין אנהייב.) . דאס מיינט ראובן, פיקאסא, כוכב, וכל העובדים עמם לשם שמים. טוען עס נאר ווייל זיי האבן א נאטורליכן דראנג ארויסצוברענגען דעם דבר ה' באמת. אן קיין מורא. אדער חשבונות פון זיין פאליטיקלי קארעקט. אן דאגות וואס דער הייליגער העטיעש-פעטיעש'ער רב פון וויליאמסבורג. דער וועלכער איז ביזי מיט זיין ריעל עסטעיט און השגחות. און קול קורא'ס און מחאות. און זוכט אייביג נייע עבירות ביי יענעם. אבער קיינמאל נישט ביי זיך און זיין משפחה. אט די מחריבי קרתא האבן חרוב געמאכט דעם שטערן/שפאקטיוו. און זיי שארפן זיך די ציין אויך אויפ'ן מאמענט, היל"ת...!.

נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 6:06 am
דורך דער דאס
מוזיק עקספערט האט געשריבן:צו מיר קוקט עס אויס ווי א 'קרויס שטריימלעך' קאמפיין, די לעצטע פאר יאר מאכן זיי אזא סטיל קאמפיין.

נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:39 pm
דורך berlbalaguleh
דער דאס: ייש"כ. דאס איז טאקע א סיבה פארוואס איך וועל נישט גיין צו מיללער שטריימל. אפילו אויב איך וואלט יעצט געדארפט קויפן א שטריימל...! אונז זענען נישט זייערע נאראנים. געפיהרט צו ווערן כצאן לטבח. זיי זאללן בעסער אויסטרייען זייערע פאבליסיטי סטאנטס אויף דעם רוקן פון אנדערע. נישט אויף מיין רוקן און מיין געלט...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 1:13 pm
דורך אברך משי
איי געסס אז מעקסיקא וועט באצאלן פאר א וואנט געמאכט פון גאלע, און מילער וועט אהערשטעלן א שטריימל פאר בלויז $5 דעליווערי טשארדזש, און ועל כולם וועט דער מאמענט האבן "סחורה ווי גאלד" צום דריקן, און אונז העללמער זעך האלטן ביי די זייטן ווי מעעעעכטיג דער קאמפיין איז געלונגען! יעסססס!

נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 6:46 pm
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:דער דאס: ייש"כ. דאס איז טאקע א סיבה פארוואס איך וועל נישט גיין צו מיללער שטריימל. אפילו אויב איך וואלט יעצט געדארפט קויפן א שטריימל...! אונז זענען נישט זייערע נאראנים. געפיהרט צו ווערן כצאן לטבח. זיי זאללן בעסער אויסטרייען זייערע פאבליסיטי סטאנטס אויף דעם רוקן פון אנדערע. נישט אויף מיין רוקן און מיין געלט...!


בעל עגלה'ס טראגען ממילא בלויז א דאשעק.

נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 7:55 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: דאס איז געווען בימי הבעש"ט ותלמידיו. היינטיגע בעלי עגלות גייען אפילו ווייסע זאקן (אזוי ווי קייזער פראנץ יאזעפ'ס קוטשער.)...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 8:38 pm
דורך מפיל קינד
געוויסע טענה'ן אז קרויס האט נאכנישט געענדיגט זייער "ר' איד" קאמפיין און מילער האט זיך געגעבן א רוק אריין מיט זייער היינטיגע עד רייטנדיג אויף קרויס'ס מארקעטינג.... גיי ווייס.

אזוי ווי GB האט פאראיאר געטון מיט גלויבערס....

נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:03 pm
דורך קורקלענד
אברך משי האט געשריבן:און ועל כולם וועט דער מאמענט האבן "סחורה ווי גאלד" צום דריקן,

וואס מאמענט? די טריביון זאל אריינלייגן א קאמפיין אין די מאמענט?

סארי נישט געכאפט אז די טריביון איז א פארגאנגענהייט........

-------------

ס'איז דאן נישט געווען גי.בּי. און אויב איז עס איצט אמת איז עס אויך נישט מיללער'ס שטריימל................