בלאט 1 פון 2
אוצר הלכות ומנהגים- סקווירא
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 11:55 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
דא קען מען אפדעיטען יעדען טאג פונם ספר לוח מעגל השנה סקווירא
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 11:55 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
דיני ומנהגי ערב ראש חודש
מ'זאגט תחנון ביי שחרית אפי' ס'פאלט די טאג פונעם מולד
די רבי פאסט ערב ראש חודש ביז די מולד
אויב איז ערב ראש חודש נאך די מולד פאסט די רבי נישט
היי יאר איז ערב ראש חודש אייביג נאך די מולד ממילא וועט די רבי נישט ברויכן פאסטען
אויב איז דא א סעודת מצוה וועט די רבי עסן
אויב פאלט ערב ראש חודש אום ערב שבת וועט די רבי פאסטען נאר ביז קידוש
מ'זאגט נישט יום כיפור קטן
ביי מנחה זאגט מען נישט קיין תחנון
ס'שטייט איו מאור עינים אז מ'זאל נישט עסן קיין פלייש ערב ראש חודש אין אזוי פיהרט זיך די רבי
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 4:57 pm
דורך סקרן
די רבי גייט נישט שלאפן פאר'ן עלות
די רבי מיט די קינדער און א חלק פון די איינעקליך עסן נישט מיט די ווייב אויף איין טיש
ס'איז דא מנהגים וואס נאר די רבי פיהרט זיך ס'איז דא וואס אלע קינדער פירן זיך ס'איז דא וואס נאר די צוויי עלסטע זון פירען זיך און ס'איז דא וואס אלע אייניקליך און ס'איז דא וואס נאר א חלק פון די אייניקליך פירן זיך
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 5:24 pm
דורך אישתישבי
ע"כ המשנה
גמרא, היכי דמי ער גייט נישט שלאפען, והתני ר' סאטמערע אלע רבי'ס שלאפען מער פין אלע מענטשען, און פין אלע רבי'ס שלאפט דער סקווערער דער מערסטער?
אמר ר' יעקב יוסף בן טריינא ואיכא דאמרי בן מרגליא אלא שתלה קללתו באחרים, מען קען שלאפען מער פין יעדעם נאך דער עלות אויך, ווייל כידוע איז מען נישט מקפיד אויף שחרית פאר חצות.
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 6:10 pm
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:ע"כ המשנה
גמרא, היכי דמי ער גייט נישט שלאפען, והתני ר' סאטמערע אלע רבי'ס שלאפען מער פין אלע מענטשען, און פין אלע רבי'ס שלאפט דער סקווערער דער מערסטער?
אמר ר' יעקב יוסף בן טריינא ואיכא דאמרי בן מרגליא אלא שתלה קללתו באחרים, מען קען שלאפען מער פין יעדעם נאך דער עלות אויך, ווייל כידוע איז מען נישט מקפיד אויף שחרית פאר חצות.
גופא שלאפן מאן דכר שמיה, אי בעית אימא אין מגלין אלא לצנועין ואי בעית אימא לא שלאפן קתני אלא צושפארן והכי נמי מסתברא דתניא כולא צדיקיא אינן אוכלין אינן שותין ואינן ישנים ואינן לומדין רק טועמין ושפארן זיך צו ומביטין בתוך ספריא:
נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 3:30 pm
דורך נקודת-אמת
ורמינהו, רבי טודרוסאי אומר בכל מקום שנאמר שפארט זיך צו הרי היה כתוב שם ישן ומאימת השלטונות (שאז היו חצרות הצדיקים שולטין בכיפה) מחקו כל מקום שנכתב ישן וכתבו תחתיו 'זיך-צו-געשפארט'
עד שברש"י אחד על התורה היה מביא מרש"י-ישן וכתבו שהוא מרש"י-שפארט-זיך-צו ופסקו, ואמרו כשם שקיבלנו שכר על הדרישה כך נקבל שכר על הפרישה.
אמר בן טראני מכאן ראיה למקומות שהיו ישנים והיו יראים, אבל אי אתה למד שבכל מקום שנכתב 'זיך-צו-געשפאט' פירושו ששכב לישן.
ועל דבר הסתירה אם נוהג הרב לצום בערב ראש חודש מאי רבותיה שאינו אוכל בשר, ויש שכתבו ליישב דמיירי אחר המולד או בסעודת מצוה ודוחק.
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 2:38 am
דורך וואלווי
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אויב פאלט ערב ראש חודש אום ערב שבת וועט די רבי פאסטען נאר ביז קידוש
וזהו סוד הענין מה שראו אצל רבינו בעת הלוי' של גיסו מוויזניץ זצ"ל שלא יצא מן הרכב עד שבאו עם הרכב בתוך החצר סמוך למדרגות ביהמ"ד הגדול, ולא זו אף זו, אלא המתין עד שהסתובבו עם הרכב בעיגול כחצי לבנה הנקרא במקומינו י"ו טור"ן בלע"ז עד שפתח רכבו הי' מכוון ממש לפני מדרגות ביהמד"ר פחות משיעור לבוד, והי' נראה לעיני כל העדה האיך בקושי גדול התאפק מלטרוח בגופו בהלוית גיסו על אף גודל האבילות בליבו, כי בערב ראש חודש מתענה עד קידוש כנ"ל וחלשה גופו הטהור עד מאוד, ולולי זאת שהי' איתן מושבו על עור שחור ע"ג שחור מבהמה גסה כל דקה ודקה, לא הי' נשאר משונאיהם של ישראל שריד ופליט, ה"י.
מי יעמוד בסוד קדושים...
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 11:10 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
דאס איז נישט א מנהג נאר א קפידא
אם אין מתפללים בבית מדרשו של הרבי, מצוה לשורפו בעודו חיים, וליתר שאת לשרוף כל משפחתו
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 12:23 pm
דורך berlbalaguleh
ומעשה בצדיק אחד מדור הקודם. שהיה ספק ראש מתיבתא. ספק רב. וספק אדמו"ר ובעל מופת. שמכתב עת (עיתון. בלשון השפה הטמאה, רח"ל מהאי דעתא.) קדוש אחד מעיר קדשה אחת כתב עליו שהוא היה נוהג מנהגי קודש בחיי היומיום שלו. למשל הוא אף פעם לא העלה על רף שפתותיו הקדושים את המילה..."לאכול"... עסן. רק תמיד היה רגיל לומר ..."אנבייסן"...וגם אף פעם לא שמעו חסידיו ומעריציו ממנו את המילה..."לישון"...שלאפן...רק להישען. אנליינען...! ובאמצע הדף הביאו תמונה גדולה של ה"קדוש" שלהם. איך הוא שוכב על שפת הים על מיטה מתקפלת, אפרקדן. וקורא עיתון חילוני בשפה הטמאה עיברית, רח"ל מהאי דעתא...Take that menashe phillip..!
נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 4:03 pm
דורך פלוני
סקרן האט געשריבן:די רבי גייט נישט שלאפן פאר'ן עלות
די רבי מיט די קינדער און א חלק פון די איינעקליך עסן נישט מיט די ווייב אויף איין טיש
ס'איז דא מנהגים וואס נאר די רבי פיהרט זיך ס'איז דא וואס אלע קינדער פירן זיך ס'איז דא וואס נאר די צוויי עלסטע זון פירען זיך און ס'איז דא וואס אלע אייניקליך און ס'איז דא וואס נאר א חלק פון די אייניקליך פירן זיך
דער פריערדיגער רבי האט זיך אויך אזוי געפירט?
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 8:12 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
די וואך האט די רבי א קפידה צו עסן קוגל געמאכט פון די מעל וואס מ׳האט געמאלן אויף פסח מצות.
די טעם דערפון איז אז אויב חלילה איז דא א משהו חמץ און די פסח׳דיגע מעל וועט די אייבישטער זיכער מאכן אז ס׳זאל אריינגיין אין די רבי׳ס קוגל. אזוי וועט מען געראטעוועט ווערן פון א משהו חמץ.
ווער פון די חסידים וואס קענען, מאכן אויך די זעלבע קוגל און ווערן אויך געראטעוועט פון א משהו חמץ!
Re: אוצר הלכות ומנהגים- סקווירא
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 8:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס אז עס איז דא אזעלכע וואס פיהרען זיך צו מאכען א קוגעל פון די נוי סוכה. די מנהג איז נישט ממש אזוי, נאר שבת הגדול דערמאנט מען אז מ׳וואלט באמת געדארפט אנהיטען די מנהג.
איך וואלט נישט חוזק געמאכט, נאר ווען די חברה קומען מאכען חוזק פון יענעמ׳ס שטותים ווען זיי זע׳ען נישט די אייגענעם, מעג מען עס דערמאנען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 11:19 am
דורך [NAMELESS]
מטה משה ס"ק תקמ"ג, שו"ע הרב סי' תכ"ט סי"ט:
שמעתי ממורי ז"ל (ה"ה המהרש"ל) שהיה דורש כ"א יאפה חלה אחת או תבשיל אחד מקמח הנטחן לפסח כי שמא היה שם חשש חמץ ויתלה אותו בההוא שנטל מהם, ואפשר שאותה חלת עני היה ג"כ מקמח הנטחן לפסח וזה הי' טעמם ע"ש.ומ"מ מנהג זה אינו אלא חומרא בעלמא שמעיקר הדין אין אנו מחזיקין ריעותא לחוש שמא יש בקמח חשש חימוץ משהו.
Re: אוצר הלכות ומנהגים- סקווירא
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 12:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר אביסל מיטליינען, וועסטו זע׳ען די חילוק צווישען תכלת און קלא אילן, צווישעו א מנהג און א הנהגה׳לע.
מ׳עסט דאך ברויט יעדעם טאג. פיהרט מען זיך צו עסען א ברויט גקנויטען פון מעהל וואס מ׳האט געמאלען לשם פסח, כדי אז מ׳זאלען זיך קענען פארלאזען אז די חמץ איז דארט, טאמער עס איז בכלל פארהאנען. באמת, וואלט מען געקענט איבערלאזען א חלק פון די מעהל און נישט עסען דערפון, נאר אין זמנים כתיקונם האט מען נישט אזוי שנעל ארויס געווארפען א טייערע זאך. און עסען מצה נאך פסח הייסט דאך א זלזול אין מצות מצה, כאילו מ׳עסט עס פאר די טעם און נישט די מצוה. ממילא איז דאס די עצה.
קומען די עמי הארץ לבית טווערסקי, און אנשטאטס פארשטייען וואס ליגט אונטער אן ענין, נעמען זיי עס אן כהלכתא בלא טעמא, וואס ע"ז נאמר ׳היאכל תפל בלי מלח׳, און זיי האבען שוין געמאכט א שבת מאכל דערפון.
דער מטה משה, און דער מג"א וואס ברענגט עס, זענען די ראיה צו די עמהארצות פון די הנהגה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 5:19 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איך וואלט נישט חוזק געמאכט, נאר ווען די חברה קומען מאכען חוזק פון יענעמ׳ס שטותים ווען זיי זע׳ען נישט די אייגענעם, מעג מען עס דערמאנען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך האב נישט חוזיק געמאכט ח״ו. איך האב נאר אראפ געברענגט די מנהג פאר אלע דא אין שטיבל וואס זענען סקווערע חסידים אז זיי זאלן וויסען די מנהג. דאס איז דאך דער אשכול געמאכט פאר!!
Re: אוצר הלכות ומנהגים- סקווירא
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 5:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
צו דער בן-אדם (בלשון סגי נהור) וויל איך מעורר זיין, אז אפווענדען סקווערער מנהגים פאדערט נישט קיין גרויס גאונות
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 6:40 pm
דורך berlbalaguleh
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די וואך האט די רבי א קפידה צו עסן קוגל געמאכט פון די מעל וואס מ׳האט געמאלן אויף פסח מצות.
די טעם דערפון איז אז אויב חלילה איז דא א משהו חמץ און די פסח׳דיגע מעל וועט די אייבישטער זיכער מאכן אז ס׳זאל אריינגיין אין די רבי׳ס קוגל. אזוי וועט מען געראטעוועט ווערן פון א משהו חמץ.
ווער פון די חסידים וואס קענען, מאכן אויך די זעלבע קוגל און ווערן אויך געראטעוועט פון א משהו חמץ!
די קעניג פון אמעריקע: איך האב געהערט נאכפארצעיללן מזקנעי החסידים אז ס'איז דא אן ענליכער טעם ווען זעי גיבן א פידיען נעפעש פאר'ן העיליגן רעבי'ן, זאלל זיין געזונט און שטארק און דערלעבן מיט אונז אלע צוזאמען אקעיגן צו געין משיאחח צידקעני. אז אויב איז ח"ו דא ביי דעם מענטש א פרוטה (אדער א דאללאר) געלט וואס איז אנגעקומען צו איהם שלא ביושר. ווי שווינדל, גניבה וגזילה, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. איז זאלל עס אריינגעין אין די פדיון נפש וואס מ'געט איבער פאר'ן העיליגן רעבי'ן זז"ג אדלבמש"צ בב"א...!
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 6:50 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאמיר אביסל מיטליינען, וועסטו זע׳ען די חילוק צווישען תכלת און קלא אילן, צווישעו א מנהג און א הנהגה׳לע.
מ׳עסט דאך ברויט יעדעם טאג. פיהרט מען זיך צו עסען א ברויט גקנויטען פון מעהל וואס מ׳האט געמאלען לשם פסח, כדי אז מ׳זאלען זיך קענען פארלאזען אז די חמץ איז דארט, טאמער עס איז בכלל פארהאנען. באמת, וואלט מען געקענט איבערלאזען א חלק פון די מעהל און נישט עסען דערפון, נאר אין זמנים כתיקונם האט מען נישט אזוי שנעל ארויס געווארפען א טייערע זאך. און עסען מצה נאך פסח הייסט דאך א זלזול אין מצות מצה, כאילו מ׳עסט עס פאר די טעם און נישט די מצוה. ממילא איז דאס די עצה.
קומען די עמי הארץ לבית טווערסקי, און אנשטאטס פארשטייען וואס ליגט אונטער אן ענין, נעמען זיי עס אן כהלכתא בלא טעמא, וואס ע"ז נאמר ׳היאכל תפל בלי מלח׳, און זיי האבען שוין געמאכט א שבת מאכל דערפון.
דער מטה משה, און דער מג"א וואס ברענגט עס, זענען די ראיה צו די עמהארצות פון די הנהגה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך וואלט צוריקגעטענה'ט אז עסן מצות נאך פסח ווייזט אויף חביבות המצוה. פונקט אזוי ווי איך האב אמאל געטראפן א איד 2 וואכן נאך סוכות גיין מיט זיין ארבע מינים אויפ'ן גאס. פרעג איך איהם.."אוואו האלט מען ביי ענק אין ביהמ"ד. פאר די הושענות, אדער נאך... ער האט מיר געענטפערט עפעס א קלוגן תירוץ. וואס איך האב שוין פארגעסן...!
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 7:03 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:צו דער בן-אדם (בלשון סגי נהור) וויל איך מעורר זיין, אז אפווענדען סקווערער מנהגים פאדערט נישט קיין גרויס גאונות
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נו, הוא אשר דברתי.
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2018 5:25 am
דורך נקודת-אמת
berlbalaguleh האט געשריבן:ער האט מיר געענטפערט עפעס א קלוגן תירוץ. וואס איך האב שוין פארגעסן...!
אוו פליז דערמאן זיך און זיי אונז אלע מהנה
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 10:16 pm
דורך נקודת-אמת
דעס איז שוין געוועהן צו שארף ס'זאל קענען אריינגיין אונטערן אשכול פון
תורה און מחשבה האב איך דאס מזכה געוועהן פאר'ן העייליגן מילק-שעייקער-צודיק
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2018 1:52 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
די מנהג איז צו גיין אין מקוה ביפארן באקן מצות.
מ׳ברויך אבאכט גיבען אז ס׳זאל נישט אריין טראפן פון די נאסע מקוה פיאות אין דעם טייג אריין ח״ו.
די מנהג איז צו באקן מצות א האצבע שעה נאך חצות.
מ׳זאגט הלל מיט א ברכה ביפאר אין דערנאך אזוי ווי די הייליגע מאור עניים האט מקבל געווען פון אליהו הנביא זכור לטוב.
די רבי איז די ש״ץ ביי הלל
די רבי לייגט די מצות אויף די בעט ווען ער קומט אהיים
די רבי טיילט מצות פאר די חסידים.
די חסידים ניצן די מצות פאר לוי.
די רבי נעמט חלה פון די מצות.
די רבי איז מכבד די רעבצין אויך צו נעמען חלה.
די רבי זאגט להפריש חלה מן העיסה אפי׳ ס׳שוין א מצה און נישט קיין טייג. ווייל מ׳איז נישט משנה.
Re: אוצר הלכות ומנהגים- סקווירא
נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2018 12:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳זאגט טאקע הלל? צו נאר די ברכה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk