בלאט 1 פון 8

ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 6:54 pm
דורך יהודי פשוט
הגה"צ ר' שמואל אויערבך זצ"ל איז נפטר געווארן דעם שבת קודש פארטאגס נאכ'ן אדורך גיין א קארדיאק אררעסט ביי זיך אין שטוב אינמיטן די נאכט, הצלה איז גערופן געווארן און זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף איהם און זיי האבן איהם אריינגעפירט אין שערי צדק שפיטאל ווי עס איז באשטעטיגט געווארן אז ער איז שוין נישט בין החיים, פאר'ן פטירה האט זיין דרייווער ישראל וויזל געזאגט מיט איהם ווידוי ווארט ביי ווארט.
די ראש ישיבה זצ"ל איז געווארן 86 יאר אלט פארגאנגענעם יום הקדוש.
די לויה וועט ארויס גיין מארגן אינדערפריה 11:00 (ארץ ישראל'דיגע צייט) פון זיין ישיבה מעלות התורה.
[center]וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם![/center]

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 7:16 pm
דורך יהודי פשוט
כבה השמש!!!
בילדבילד

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 7:28 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא א ממלא מקום?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 7:30 pm
דורך יהודי פשוט
לויט וויפיל איך האב געלייענט איז נאך נישטא קיין ממלא מקום היות זיי האבן זיך נישט גערישט אויף זיין פטירה

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 7:50 pm
דורך newkave
ס'וועט זיין א מועצת פון ראשי ישיבות, וואס וועלן צוזאמען פירן די המשכה.

די שמועות אז הרה''ג רבי יהודה ראבי שליט''א נעמט איבער, איז סתם שטותים.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 8:10 pm
דורך berlbalaguleh
лпم iοوԴ האט געשריבן:איז דא א ממלא מקום?

איינער...?!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 8:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
лпم iοوԴ האט געשריבן:איז דא א ממלא מקום?

אין וואס? זיין ישיבה? ווייס איך נישט. אין זיין גאונות אין לערנען? דאס איז שוין א פראבלעם. ער איז אלס באקאנט געווען אלס אן אויסנאמליכע גאון, אן אמת'ע למדן און א ריזיגע קענער. מענטשען פלעגען פארען פון חו"ל צו א"י צו רעדען מיט איהם אין לערנען. איידער ער איז געווארען פארמישט אין אנדערע עניינים, איז ער געווען די תל תלפיות אין לערנען.

אוי מי יתן לנו תמורתו!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2018 8:54 pm
דורך יהודי פשוט
מודעות!

בילדבילדבילדבילדבילדבילד

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 12:04 am
דורך berlbalaguleh
דער כרוז פון די עדה החרדית איז נאך די שטערקסטע...עלה על המוקד בתוך המלחמה...! פאסט צו זאגן די אלע סלאגאנס וואס מ'האט נישט געוואלט זאגן...אבי אבי, רכב ישראל...יתומים היינו, ואין אב...נפלה עטרת ראשינו...הוי, מי יתן לנו תמורתו....אנן יתמי דיתמי...(דאס האט מען שוין לאנג נישט געהערט. זייט הרב סענדער דייטש'ס תקופה אין ..."דער איד"...)...!

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 1:33 am
דורך איסר האטלקי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:איז דא א ממלא מקום?

אין וואס? זיין ישיבה? ווייס איך נישט. אין זיין גאונות אין לערנען? דאס איז שוין א פראבלעם. ער איז אלס באקאנט געווען אלס אן אויסנאמליכע גאון, אן אמת'ע למדן און א ריזיגע קענער. מענטשען פלעגען פארען פון חו"ל צו א"י צו רעדען מיט איהם אין לערנען. איידער ער איז געווארען פארמישט אין אנדערע עניינים, איז ער געווען די תל תלפיות אין לערנען.

אוי מי יתן לנו תמורתו!

סיי אין נגלה און סיי אין נסתר איז ער געווען א חד בדרא.

אגב, הגראי"ה קוק זצ"ל איז געווען דער כהן הפודה ביי זיין פדיון הבן.

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:00 am
דורך פשטו ידיכם

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:04 am
דורך שמעון וואלף
אינטערעסאנט אז די עדה מאכט א ביטול מלאכה בשעת הלוי'. אן אריינגיין אין די דיסקאשן ווער ס' פאלגט די ביטול מלאכה, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן בי"ח וועם נאך זיי טיען דאס. האט מען געמאכט א ביטול מלאכה ביי זיין טאטע'ס לוי'?

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:14 am
דורך מענטשאלע
איסר האטלקי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:איז דא א ממלא מקום?

אין וואס? זיין ישיבה? ווייס איך נישט. אין זיין גאונות אין לערנען? דאס איז שוין א פראבלעם. ער איז אלס באקאנט געווען אלס אן אויסנאמליכע גאון, אן אמת'ע למדן און א ריזיגע קענער. מענטשען פלעגען פארען פון חו"ל צו א"י צו רעדען מיט איהם אין לערנען. איידער ער איז געווארען פארמישט אין אנדערע עניינים, איז ער געווען די תל תלפיות אין לערנען.

אוי מי יתן לנו תמורתו!

סיי אין נגלה און סיי אין נסתר איז ער געווען א חד בדרא.

אגב, הגראי"ה קוק זצ"ל איז געווען דער כהן הפודה ביי זיין פדיון הבן.

נישט נאר דער כהן הפודה נאר אויך דער סנדק, כידוע

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:16 am
דורך איסר האטלקי
נישט אמת. סנדק איז געווען האדמו"ר מראחמסטריווקא זצ"ל.

דער טעות פון סנדק איז לכאורה אויפגעמישט פון פדיון הבן.

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:16 am
דורך מענטשאלע
שמעון וואלף האט געשריבן:אינטערעסאנט אז די עדה מאכט א ביטול מלאכה בשעת הלוי'. אן אריינגיין אין די דיסקאשן ווער ס' פאלגט די ביטול מלאכה, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן בי"ח וועם נאך זיי טיען דאס. האט מען געמאכט א ביטול מלאכה ביי זיין טאטע'ס לוי'?
דער ביטול מלאכה ביי אים און נישט ביי זיין טאטן איז נישט אזא שווערע קשיא, ער איז זייער נאנט געווען מיט די עדה החרדית די לעצטע צען יאהר בערך, מיטגעשטאנען מיט די מעכות און אין די עדה החרדית קוקט מען אים אן ווי א מנהיג ישראל, אבער אויך ביי זיין טאטן האט די עדה החרדית געמאכט א מודעה בקשו רחמים ווען ער איז צודאמען געפאלן, און אויך את מודעה אויף די לויה, ביטול מלאכה גדענק איך טאקע נישט. איינר זאל זים מנדב זיין אויפזוכן אין ארכיוון די אלטע מודעות.

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:21 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:אינטערעסאנט אז די עדה מאכט א ביטול מלאכה בשעת הלוי'. אן אריינגיין אין די דיסקאשן ווער ס' פאלגט די ביטול מלאכה, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן בי"ח וועם נאך זיי טיען דאס. האט מען געמאכט א ביטול מלאכה ביי זיין טאטע'ס לוי'?

שמעון וואלף: דו זעהסט דאך. זיין טאטע האט נישט געטויגט. ווייל ער איז געזיצן נאר בד' אמות של הלכה. און ר'האטציך נישט געמישט אין די וועלט'ס פאליטיק. אויך אז ער האט גענימען הרב ראי"ה קוק צו זיין דער כהן הפודה ביי זיי זונ'ס פדיון הבן...! מהאי טעמא איז הרב שמואל זצ"ל נאר געווארן א קנאי ערשט אויף די עלטער. ווייל די השפעה פן הרב קוק האט אנגעהאלטן ביי זיין גאנצן לעבן...!

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:26 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז לכאורה דא נאך א שאלה. וויאזוי קענמען מאכן א ביטול מלאכה ווען מ'ארבעט נישט. אויסער, אז מ'זאלל בעטן די סיקריקים זיי זאללן נישט מאכן קיין הפגנות און ראיאטן ביז נאך די לויה...! ועוד. א טעם פארוואס מ'ארבעט נישט אין מאה שערים און גאולה. ווייל בשעת די לויה פון הרה"צ רי"ח זאנענפעלד זצ"ל איז ארומגעפארן א קאר און האט אויסגערופן..."ביטול מלאכה"...און ס'איז נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר און אויסגערופן אז מ'זאלל זיך נעמען צוריק ארבעטן. (קרעדיט. הבדחן המפורסם פינקי וועבער הי"ו)...!

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:30 am
דורך מענטשאלע
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז לכאורה דא נאך א שאלה. וויאזוי קענמען מאכן א ביטול מלאכה ווען מ'ארבעט נישט. אויסער, אז מ'זאלל בעטן די סיקריקים זיי זאללן נישט מאכן קיין הפגנות און ראיאטן ביז נאך די לויה...! ועוד. א טעם פארוואס מ'ארבעט נישט אין מאה שערים און גאולה. ווייל בשעת די לויה פון הרה"צ רי"ח זאנענפעלד זצ"ל איז ארומגעפארן א קאר און האט אויסגערופן..."ביטול מלאכה"...און ס'איז נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר און אויסגערופן אז מ'זאלל זיך נעמען צוריק ארבעטן. (קרעדיט. הבדחן המפורסם פינקי וועבער הי"ו)...!

א גר אלטע ווייץ נאך פאר ווען פינקי וועבער איז געבוירן, דרך אגב פינקי ער דארף טאקע מאכן ביטול מלאכה ווייל ער שטאמט פון די אמתע קוק'ניקעס, שמואל זלמן שזורי וועבער איז זיין זיידע.

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:31 am
דורך מענטשאלע
מענטשאלע האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אינטערעסאנט אז די עדה מאכט א ביטול מלאכה בשעת הלוי'. אן אריינגיין אין די דיסקאשן ווער ס' פאלגט די ביטול מלאכה, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן בי"ח וועם נאך זיי טיען דאס. האט מען געמאכט א ביטול מלאכה ביי זיין טאטע'ס לוי'?
דער ביטול מלאכה ביי אים און נישט ביי זיין טאטן איז נישט אזא שווערע קשיא, ער איז זייער נאנט געווען מיט די עדה החרדית די לעצטע צען יאהר בערך, מיטגעשטאנען מיט די מעכות און אין די עדה החרדית קוקט מען אים אן ווי א מנהיג ישראל, אבער אויך ביי זיין טאטן האט די עדה החרדית געמאכט א מודעה בקשו רחמים ווען ער איז צודאמען געפאלן, און אויך את מודעה אויף די לויה, ביטול מלאכה גדענק איך טאקע נישט. איינר זאל זים מנדב זיין אויפזוכן אין ארכיוון די אלטע מודעות.

יעצט מברר געוון, ביטול מלאכה איז אויך געווען.
דא האט איר.

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:32 am

דערווייל פרעג איך נאך נישט קיין קשיות, קודם דארף מען מברר זיין די פאקטן. ביי וועמענס לוי' (חוץ חברי בד"ץ עדה"ח) האט די עדה געמאכט א ביטול מלאכה? איינמאל מ'ווייסט די פאקטן, קען מען דן זיין צו ביי די פאל איז עס בארעכטיגט אדער איז עס בלויז קינדערישע חשבונות

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:32 am
דורך berlbalaguleh
פשטו ידיכם האט געשריבן:https://youtu.be/1aJNec-fOc4 זקן ממרא

פשטו ידיכם: מורא'דיג. ר' חיים קנייבסקי שליט"א האט טאקע זיי געמיינט. די פלג הירושלמי...?!

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:33 am
דורך שמעון וואלף
מענטשאלע האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:אינטערעסאנט אז די עדה מאכט א ביטול מלאכה בשעת הלוי'. אן אריינגיין אין די דיסקאשן ווער ס' פאלגט די ביטול מלאכה, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן בי"ח וועם נאך זיי טיען דאס. האט מען געמאכט א ביטול מלאכה ביי זיין טאטע'ס לוי'?
דער ביטול מלאכה ביי אים און נישט ביי זיין טאטן איז נישט אזא שווערע קשיא, ער איז זייער נאנט געווען מיט די עדה החרדית די לעצטע צען יאהר בערך, מיטגעשטאנען מיט די מעכות און אין די עדה החרדית קוקט מען אים אן ווי א מנהיג ישראל, אבער אויך ביי זיין טאטן האט די עדה החרדית געמאכט א מודעה בקשו רחמים ווען ער איז צודאמען געפאלן, און אויך את מודעה אויף די לויה, ביטול מלאכה גדענק איך טאקע נישט. איינר זאל זים מנדב זיין אויפזוכן אין ארכיוון די אלטע מודעות.

יעצט מברר געוון, ביטול מלאכה איז אויך געווען.

אקעי, דאן איז נישט אזוי אויסטערליש אז מ'זאל עס יעצט אויך מאכן

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2018 2:38 am
דורך berlbalaguleh
מענטשאלע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז לכאורה דא נאך א שאלה. וויאזוי קענמען מאכן א ביטול מלאכה ווען מ'ארבעט נישט. אויסער, אז מ'זאלל בעטן די סיקריקים זיי זאללן נישט מאכן קיין הפגנות און ראיאטן ביז נאך די לויה...! ועוד. א טעם פארוואס מ'ארבעט נישט אין מאה שערים און גאולה. ווייל בשעת די לויה פון הרה"צ רי"ח זאנענפעלד זצ"ל איז ארומגעפארן א קאר און האט אויסגערופן..."ביטול מלאכה"...און ס'איז נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר און אויסגערופן אז מ'זאלל זיך נעמען צוריק ארבעטן. (קרעדיט. הבדחן המפורסם פינקי וועבער הי"ו)...!

א גר אלטע ווייץ נאך פאר ווען פינקי וועבער איז געבוירן, דרך אגב פינקי ער דארף טאקע מאכן ביטול מלאכה ווייל ער שטאמט פון די אמתע קוק'ניקעס, שמואל זלמן שזורי וועבער איז זיין זיידע.

די גמרא זאגט דאך ..."עמון ומואב טיהרו בסיחון"...כש"כ א יונגערמאן וואס גייט אנגעטון די סאטמאר'ע לבוש. און רעדט די סאטמאר'ע שפראך. און האטציך משדך געווען מיט סאטמאר'ע בעלי בתים חשובים. איז שוין געווארן מותר לבוא בקהל... איך בין זיכער אז מ'האט אין די פינקס הקהילה נישט אריינגעשריבן זיין פסול'ן זיידן...!