בלאט 1 פון 1

דער פידלרויז פון אברהם סוצקובער

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 2:19 am
דורך טאמבל סאס
קען עמיצער מיר פארשטיין גיבן דער פאעם ביטע? ס'איז מיר א תמיהה. וואס מיינט דאס 'פידלרויז'? וועלכע זיבן גראָזן? שבעת המינין אפשר? וואספארא שטערן פאלט אין סאמע טרער?


װער װעט בלײַבן? װאָס װעט בלײַבן? בלײַבן װעט אַ װינט,
בלײַבן װעט די בלינדקײט פֿונעם בלינדן, װאָס פֿאַרשװינדט.
בלײַבן װעט אַ סימן פֿונעם ים: אַ שנירל שוים,
בלײַבן װעט אַ װאָלקנדל פֿאַרטשעפּעט אויף אַ בוים.

װער װעט בלײַבן? װאָס װעט בלײַבן? בלײַבן װעט אַ טראַף,
בראשיתֿדיק אַרויסצוגראָזן װידער זײַן באַשאַף.
בלײַבן װעט אַ פֿידלרויז לכּבֿוד זיך אַלײן,
זיבן גראָזן פֿון די גראָזן װעלן זיך פֿאַרשטײן.

מער פֿון אַלע שטערן אַזש פֿון צפֿון ביז אַהער,
בלײַבן װעט דער שטערן, װאָס ער פֿאַלט אין סאַמע טרער.
שטענדיק װעט אַ טראָפּן װײַן בלײַבן אין זײַן קרוג.
װער װעט בלײַבן? גאָט װעט בלײַבן, איז דיר ניט גענוג?

Re: דער פידלרויז פון אברהם סוצקובער

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:07 am
דורך מפוזרי
דער שטערן וואס פאלט אין סאמע טרער, זעט נאר א פאעט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 10:20 am
דורך טאמבל סאס
אפשר מיינט ער מיט דעם דער גמרא אין ברכות נח/נט
מאי עש אמר רב יהודה יותא מאי יותא אמרי לה זנב טלה ואמרי לה רישא דעגלא ומסתברא כמאן דאמר זנב טלה דכתיב (איוב לח, לב) ועיש על בניה תנחם אלמא חסרה ומתחזיא כטרפא דטריף והאי דאזלא בתרה דאמרה לה הב לי בני שבשעה שהקב"ה בקש להביא מבול לעולם נטל שני כוכבים מכימה והביא מבול לעולם וכשבקש לסתמה נטל שני כוכבים מעיש וסתמה וליהדר לה אין הבור מתמלא מחוליתו אי נמי אין קטיגור נעשה סניגור וליברי לה תרי ככבי אחריני (קהלת א, ט) אין כל חדש תחת השמש א"ר נחמן עתיד הקב"ה להחזירן לה שנאמר (איוב לח, לב) ועיש על בניה תנחם.

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 10:25 am
דורך טאמבל סאס
פידלרויז מיינט ער אפשר צו סימבאליזירן געטליכקייט מיט נגינה און ביוטי.

דער טראף מיינט ער אפשר דער מדרש: רבי יונה בשם ר' לוי אמר: למה נברא העולם בב' וכו'

דארף מען פארשטיין די זיבן גראזן, די טראפן וויין און די לכבוד זיך אליין.

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 10:46 am
דורך אישתישבי
א פידלרויז איז א סטרונע פין א פידל לויט ווי איך זעה זיי טייטשען אויף העברעיִש וורד כינור.

בדרך כלל נלענ"ד אז ער מיינט מער ארויסצוברענגען אז עס וועלען בלייבען נישט חשובע נישט וויכטיגע זאכען, און פין דעם וועט צוריק ארויסשפראצען א פרישע וועלט. חוץ דער פידלרויז וואס וועט בלייבען אין זכות פין זיך אליין.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 4:58 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב אויך געגוגלט בעפאר איך האב געפרעגט אבער איך מיין דאס זאגט גוגל שוין עפטער די פאקט. דער ווארט מיין איך האט סוצקוווער אויסגעטראפן און דאס צונעמען זיי אלס צוויי ווערטער, וורד כינור. זינט ווען טייטש א סטרונע ורד אדער וורד?
אנטשולדיגט אבער כ'בין נישט קאנווינסד.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 8:12 pm
דורך אישתישבי
קען זיין ביסט גערעכט, און די רויז איז דער שעיפ פין דער פידל, עס גייט אזוי רינדעכיג און אפשר איז דאס דער רויז וואס ער רעדט.

לפי זה, איז ער שטארק נתפעל פין דער פידל. איך מיין אז דאס איז געשריבן בשעת דער מלחמה, אפשר איז ער געוועהן אונטער דער איינפלוס פין דער פידל ואס האט געשפילט בשעת מען האט געפירט די אידן אין די גאז קאמערן.