בלאט 1 פון 3

חסידישע פאקטן

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 4:21 pm
דורך דולה ומשקה
לאור אז בימינו אלה קען מען פארשווייגען היסטורישע פאקטן ביז צוביסליכווייז ווערען זיי פארגעסן, וואס דאן פאסירט אז דער טויש ווערט גאר א פאקט, וויבאלד דער אמת ווערט א בחינה פון 'ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף'.

איך האב גראדע געהערט יארן צוריק פון הידען הנפלא החוקר ר' בערל שווארץ ני"ו, אויפן פסוק ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף, אז ביידע פשטים אין רש"י זענען אמת, באופן זה, פארוואס איז געווען 'חדש ממש'? וויבאלד עס איז געווען 'נתחדשו'. און אויף דער ערקלערט רש"י 'עשה עצמו כאלו לא ידע', דהיינו דער רשע געבעלס ימ"ש האט געזאגט אז מ'דארף זיך איינחזר'ן א ליגענט ביז דער מענטש [דער ליגענער] אליין גלייבט עס [גלייבט אין זיין אייגענע ליגענט]. עס איז א טיפע ווארט.דארט אין מצרים האט דער פראפעגאנדע געארבעט אויף אזא סארט אופן ביז דער יוסף איז געווען ווי איינער פון וואס האט געלעבט מיט הונדרעטע יארן ביפאר און נישט אז ער איז נפטר געווארען מיט א קארגע עטליכע יאר פריער.

במה דברים אמורים?

לדוגמא, הגה"ק רבי ישראל שפירא זצ"ל האט נישט געהאט קיין קינדער. נקודה.
דער וואס האט געליינט אמאל דעם בוך 'דער בלאזובער רבי' וועט זיך דאכטן אז ער האט געהאט קינדער און אייניקלעך וכיוצ"ב, כאילו די היינטיגע שלשה רועי בקר זענען עפעס א בן אחר בן פון בלאזובער רבי, אנשטאט זיי זענען געוואלדיגע אנשים פשוטים בן אחר בן פון קושיצקי. אלע בילדער פון ר' צבי יהודה ז"ל מיטן קנייטש הוט און נעק טיי האבן זיי גונז געוועהן, און געפארעמט א שלשלת הזהב וואס ציעט זיך ווייטער פון טאטע צו זוהן...

*

דער ממלא מקום פון פון רבי שלמה מבאבוב זצ"ל איז געווען זיין זוהן בנו בכורו רבי נפתלי צבי זצ"ל. נקודה.
היינט אין באבוב 48 וואקסט אונטער א נייע דור 'אשר לא ידע את יוסף', דער ברעינוואש איז אויפן העכסטע שטאפל, ווען מען נעמנט אפיר א בחור'ל פון דארט פרעגט אים אויס, קען זיך דיר דאכטן אז דער רבי נפתלי צבי זצ"ל איז געווען עפעס א גע'הרג'טע זוהן אינעם קריג, אין זייערע פראפעגאנדע מוח וואשונגע אויסגאבע פון דער צדיק נשגב קיינמאל נישט דערמאנט, און אויב נאר אויף א זייערע א ביליגער אויפן כאילו מ'רעדט דא פון ר' קלמן קלאסנער'ס יונגערע ברודער. למען הרעקארד היידע באבוב'ער רבי'ס זיי זענען די ממלאי מקומם פון רבי נפתלי צבי זצ"ל, פאקט.

*

דער פאדהייצער רבי איז געזעצן אין תפיסה, נקודה.
ער האט גע'גנב'ט, עס איז אים גלונגען ביז מען האט אים גע'פאקט. זיינע זוהן גאלאנטע און בורשטין קענען זיך אנטוהן ווייסע בעקעטשיס און קאפלעך, כאפן מלאכים, און זיין קנאבל אנשפרעכערס, זיי קענען אראפ לייגען א ווינדערבארע שאוי, אין דער 'צדיק מה פעל' גייט נישט שטיין א ווארט דערפון, אבער היסטוריש גערעדט האט מען אים געקייטעלט די הענט פון הינטן אין אריינגעזעצט אין חד גדיא.

*

מענדל הורוויץ, נאך א שווארצע נשמה מיט א ווייסע גארטל, ער האט געהאט אזא פאטענט, ער פלעגט אריינפאלן אין בעיסמענטס פון געשעפטן, דאס הייסט, אויף דרייצען עוועניו האט יענע געשעפט אין פארענט פונעם געשעפט ווי מ'קען אראפגיין צום בעיסמענט, ווען דער מענדל הורוויץ האט געזעהן אזא אייזערנע גראטע אויפגעהויבן פלעגט ער 'אריינפאלן' און פארשטייט זיך אויך 'צוקלאפט', שפעטער האט ער אויפדעם ארויף נישט מער נישט ווייניגער גע'סאוט דעם געשעפטסמאן, בא'גנב'ט אידן אן קיין רחמנות וואס האבן נעבעך געארבעט ביטער שווער מיגיעת כפם פאר פרנסה. דער פירט היינט צו טאגס טיש בלילי שבתות.

*

עוד לדלות ולהשקות אי"ה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 5:06 pm
דורך דולה ומשקה
רבי הירשל הורוויץ סטריזוב, פלעגט ארויף קניפן זיין בארד, און געוועהן א דיימאנד שלייפער. נקודה.
*
רבי זלמן לייב מייזליש סיגעיט, פלעגט פארקויפן אינשוארענס, און פלעגט שרייבן א קאלום אויף דער ענגלישע שפראך אין 'דער איד'.
*
דער זוועהיל'ער רבי ז"ל פלעגט צו זיין א שרייבער פאר דער איזרעאלי 'המודיע'.

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 5:32 pm
דורך newkave
פארוואס איז דער אשכול נאך נישט אין צימעס?

אגב, ברוך הבא, וועלקאם בעק אדמו'ר מ'צימעס

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 5:50 pm
דורך שבת אחים
וועם האט דער פאדהייצער רבי באגנבט?
כהאב שוין אסאך מאל געהערט פונדעם. קיינמאל נישט קיין דיטעלס. וואס פונקטליך איז געוועהן זיין חטא?

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 5:58 pm
דורך קורקלענד
זאג נאר. עפעס פאקטן אויפן בעלעד'ער האט איר אויך?

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 6:46 pm
דורך אברך משי
יא. אויך א איינגעדרייטע בארד וואס האט זעך לעצטענס אראפגעלאזט. אקעי נישט ממש די בארד, אבער אלעס ארום

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 7:40 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה: ייש"כ. דו ברענגסט אזעלכע שטוינענדע , אבער אמת'ע פאקטן. אז ס'איז א חידוש אז דו האסט לעסאטעה (לעת עתה) באקומען נאר 2 לייקס, ר"ל. און איינס פון זיי איז פון בערל בעל עגלה. וואס איז שוין ווערד מיט 20% ווייניגער...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 7:49 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:וועם האט דער פאדהייצער רבי באגנבט?
כהאב שוין אסאך מאל געהערט פונדעם. קיינמאל נישט קיין דיטעלס. וואס פונקטליך איז געוועהן זיין חטא?

שבת אחים: דעם פעטער שמואל. דעם פון די שבת פעקלעך. און די מושב זקנים'ס. ר'איז געבליבן מיט דעם מושב. י"א אומרים אז ר'האטציך אויך באטייליגט אין קיהלן גופים כדי ממשיך צו זיין קאלעקטן זייער סאושעל סעקיוריטי. קרעדיט. פאר די המצאה. .."הרב"...ישכר דוב בערגמאן ז"ל (דו קענסט ליינען די למ"ד וויאזוי דו ווילסט)...!

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין. דער אויבנדערמאנטער ..."הרב".. בערגמאן איז געווען א דזשענעראל קאנטראקטאר. ער האט געהאט א חזיר פיסל אין א יעדן טשולנט (ווי מיין רבי פלעגט צו זאגן אין חדר.). א יעדע קרומע געשעפט. א יעדעס קרימינאלע עסק איז ער דארט געווען טיעף פארמישט. אויך. מפי השמועה געווען איינער פון די הויפט מעיקלערס און פאסיליטעיטארס פון די געקידנעפטע ילדי תימן (פאר גרויס געלט פארשטייצעך.) חוץ זיין הויפט סוגיא איז דאך געווען .."נוירסינג האומס".. וכל המשתמע...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:36 pm
דורך שבת אחים
ער האט געהאט א גרויסע קאמעירשעל פריזער? :lol:

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:38 pm
דורך שבת אחים
אינטערסאנט אז ער ברענגט נישט אראפ די ברך משה אז ער פלעגט ליינען יעדען טאג די נ״י טיימס? און איז געוועהן א ביזנסמאן. אדער סאיז נישט אמת?

און ר׳ ליפא זענטער?

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:50 pm
דורך איסר האטלקי
שבת אחים האט געשריבן:אינטערסאנט אז ער ברענגט נישט אראפ די ברך משה אז ער פלעגט ליינען יעדען טאג די נ״י טיימס? און איז געוועהן א ביזנסמאן. אדער סאיז נישט אמת?

און ר׳ ליפא זענטער?

ער רעכנט נאר אויס זאכן וואס האבן זיך שפעטער געטוישט אדער פאקטן וואס מען לייקנט...

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:51 pm
דורך שבת אחים
רבי דולה. די בורשטינער מיטן גאלאנטער קענען נאך אלץ זיין גרויסע רביס אפילו זיי זענען א זוהן פון א קרימינאל. נישט אז איך קלעים אז זיי זענען צדיקים אדער וואס. דעס איז א באזונדערע שמועס פאר זיך. איך זאג נאר אז דו שרייבסט אזוי אז זיי שפילן גרויסע זאכן בשעת זיי האבן געהאט א טאטע א גנב. דעס איז נישט זייער שולד. א מענטש דארף נישט באשטראפט ווערן וועגן זייער טאטעס זינד. מ׳קען זיין די גרעסטע צדיק און האבן א א טאטע מיט א זוהן א רשע. אפשר א קליינע פלעק איז עס יא. אבער ס׳פסלט נישט יענעמס קינדער. מ׳דארף קוקן אויף יעדעם אינדיווידיאלי. (ר׳ בערל וויאזוי ספעלט מען די ווארט פאר א שווארץ יאר)

גראדע קען איך דעם גאלאנטער פון די נאנט. און יא... אלעס שטימט. די בורשטינער קאן איך נישט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:52 pm
דורך שבת אחים
איסר האטלקי האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אינטערסאנט אז ער ברענגט נישט אראפ די ברך משה אז ער פלעגט ליינען יעדען טאג די נ״י טיימס? און איז געוועהן א ביזנסמאן. אדער סאיז נישט אמת?

און ר׳ ליפא זענטער?

ער רעכנט נאר אויס זאכן וואס האבן זיך שפעטער געטוישט אדער פאקטן וואס מען לייקנט...


איינער האט אמאל געלייקענט אז דער סטרישעווער איז געוועהן א דימאנט שלייפער?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 12:01 am
דורך שמעקעדיג
ר' יוחנן פון די גמרא איז געווען א סנדלר.
אה, כ'האב פארגעסן, דא ברענגט מען נאר פאקטן וואס מען לייקנט. סארי.

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 12:25 am
דורך רביה''ק זי''ע
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' יוחנן פון די גמרא איז געווען א סנדלר.
אה, כ'האב פארגעסן, דא ברענגט מען נאר פאקטן וואס מען לייקנט. סארי.

איין טאג גייט מען עס נאך לייקענען, עה נישט ממש, מ'עט נאר זאגן אז ס'איז נישט כפשוטו, און מ'עט שוין האבן גאנצע ביאורים אויף דעם...
איינער געדענקט נאך וואס רע בארן געזאגט אויף די גמרא 'לא היו ימים טובים לישראל'?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 3:33 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:ער האט געהאט א גרויסע קאמעירשעל פריזער? :lol:

איינס...?!

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 3:38 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:מ׳דארף קוקן אויף יעדעם אינדיווידיאלי. (ר׳ בערל וויאזוי ספעלט מען די ווארט פאר א שווארץ יאר).

שבת אחים: ..."אינדיווידואל"...!

איך קען יא דעם הייליגן בורשטינער רבי'ן שליט"א. ר'איז א וואוילער איד. נאר נישט פאר מיר. איך האב שוין כמעט באשלאסן צו גיין דאווענען דארט. נאר איך האב געהערט עפעס א מעשה נוראה...פון דעם הייליגן רבי'נ'ס היפאקריסי...!

Re: חסידישע פאקטן

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:12 am
דורך החוקר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איינער געדענקט נאך וואס רע בארן געזאגט אויף די גמרא 'לא היו ימים טובים לישראל'?

וואס ט'ער געזאגט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 10:23 am
דורך רימון
ווער איז מענדל הורוויץ?

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 10:31 am
דורך ליפא
9455124.jpg

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 11:17 am
דורך [NAMELESS]
ער איז מענדיל הורוויץ?
דעיס איז דאך דער ראדינער קצב...

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 11:20 am
דורך דולה ומשקה
הרב ליפא און קעגען געזעצט צו דיין הערה, קומענדיגע מאל לייג אויך ארויף א פאוסטער פונעם 'מדבר שקר תרחק' לא תעשה דארט ווי עס געהערט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 11:22 am
דורך דולה ומשקה
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ער איז מענדיל הורוויץ?
דעיס איז דאך דער ראדינער קצב...


ראחוב רבי
דער האט א גרויסע פייל שוין לאנג באהאלטן געווארן, ער האט געהאט א שותף צו זיינע מצוות ומעשים טובים הרב לייפער.
*
דער בייטשער רבי' עם הארצות איז דאך ברייט באקאנט, פאר דער וואס האט נאר אויסגעטוישט א גוט מארגען. אין א באשרייבונג געזעהן אויף אים אז ער איז געווען א בקי וכו' וכו', להוי ידועה ניטאמאל סידור האט ער געקענט. נקודה.