בלאט 1 פון 2
בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 1:17 pm
דורך [NAMELESS]
א טובה פאר מיך און דיך, אבער ער ברענגט אינטער אונזער עקאנאמי, אזוי מיין איך. כ'הער אז נעקסט קומט היטן און בעקיטשעס!!
ס'איז נישט נארמאל
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 1:29 pm
דורך קורקלענד
ס'בפשטות נישט קיין טובה פאר מיר און אויך נישט פאר דיר. ער האלט אז ס'איז א טובה פאר איהם אז יעדער רעדט פון בינגאו ערב יום טוב.
אזוי האט ער געטוהן ביי די כפרות און אויך מיט זיינע סוכה ברעטער. ער ברענגט אריין א מינימאלע קוואנטיטעט מאכט זיכער אז יעדער רעדט און קיינער קען נישט קויפן.........
די סוכה ברעטער זענען אינסטענטלי אויסגעגאנגען. די גאנצע כפרות איז געווען פאר צווי שעה. און לויט ווי ס'זעהט אויס פון די בילדער האט ער אויך נישט צופיל שטריימלעך. אפי' ער זאל עס טיילן בחונם וועט איהם עס נאכאלץ קאסטן פיל ווינציגער ווי אדווערטייזמענט.
בעיסיקלי שלאגט ער כפרות מיט כלל ישראל...........
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 1:30 pm
דורך קורקלענד
лпم iοوԴ האט געשריבן:אבער ער ברענגט אינטער אונזער עקאנאמי
וויאזוי?
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 1:59 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:ס'בפשטות נישט קיין טובה פאר מיר און אויך נישט פאר דיר. ער האלט אז ס'איז א טובה פאר איהם אז יעדער רעדט פון בינגאו ערב יום טוב.
אזוי האט ער געטוהן ביי די כפרות און אויך מיט זיינע סוכה ברעטער. ער ברענגט אריין א מינימאלע קוואנטיטעט מאכט זיכער אז יעדער רעדט און קיינער קען נישט קויפן.........
די סוכה ברעטער זענען אינסטענטלי אויסגעגאנגען. די גאנצע כפרות איז געווען פאר צווי שעה. און לויט ווי ס'זעהט אויס פון די בילדער האט ער אויך נישט צופיל שטריימלעך. אפי' ער זאל עס טיילן בחונם וועט איהם עס נאכאלץ קאסטן פיל ווינציגער ווי אדווערטייזמענט.
בעיסיקלי שלאגט ער כפרות מיט כלל ישראל...........
קורקלענד:איך בין נישט מסכים. פאר אונז איז נישט קיין חילוק וואס די כוונות אדער פניות זענען. דער עיקר איז, אז דער עולם פארדינט פן דעים. דער ס הכל איז. אז בינגא ווייזט אז מ'קען אנדערש אויך מ'מוז נישט אפשינדן די הויט פון כלל ישראל. סיי בייי איינקויפן גראסעריס. סיי ביי אלע אנדערע זאכן. מ'קען אלעס פארקויפן פאר א צוגענגליכע פרייז...! און אויך פארדינען...!
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 2:16 pm
דורך קאוריג
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 2:40 pm
דורך בת קול
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 2:41 pm
דורך בת קול
איך הער זאגן אז ס'איז שוין אויספארקויפט.
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 3:03 pm
דורך [NAMELESS]
קורקלענד האט געשריבן:лпم iοوԴ האט געשריבן:אבער ער ברענגט אינטער אונזער עקאנאמי
וויאזוי?
הונדערטע אידן האבן פרנסה פון אידישע קליידער, שטריימלעך היטן ציצית סוט'ס בעקישטעס וכו' כו'.
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 3:31 pm
דורך קורקלענד
ר' בערל. מיין פוינט איז געווען אז די עולם פארדינט נישט דערפון, ווייל ער ברענגט זייער א קליינע קוואנטום. ער טוהט עס נישט נאר אך ורק אז מען זאל דערפון רעדן איבעראל.
אויך האלט איך נישט אז ער איז נישט גערעכט. אבער איינער וואס איז שוין אדורך דעם פראצעדור מיט די כפרות זיינע און שפעטער מיט די סוכה פאנעלן וואלט שוין געמעגט וויסן בעסער.
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 3:38 pm
דורך קורקלענד
лпم iοوԴ האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:лпم iοوԴ האט געשריבן:אבער ער ברענגט אינטער אונזער עקאנאמי
וויאזוי?
הונדערטע אידן האבן פרנסה פון אידישע קליידער, שטריימלעך היטן ציצית סוט'ס בעקישטעס וכו' כו'.
טויזנטער ליידן אויף די געזונט א דאנק וואס די סוחרים מארקעטן אזוי זייער סחורה אז אונזער יוגנט זאל צווינגן זייערע עלטערן זיי אויסצושטאפירן אויף א איבערגעטריבענע סטאנדארט. און אדרבה אויב קען איינער אראפברענגן דעם אלגעמיינעם סטאנדארט, תבוא עליו ברכה. די פראבלעם איז אבער אז בינגאו איז נישטא צום פארקויפן, ס'נאר אז מען זאל רעדן.
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 3:42 pm
דורך תורה ומדע
אשרי לו אויב דאס שטריימל גייט אראפ אין פרייז. ווער דארף האבען א שטריימל פאר טויזנטערס?
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 4:16 pm
דורך קורקלענד
תורה ומדע האט געשריבן:אשרי לו אויב דאס שטריימל גייט אראפ אין פרייז. ווער דארף האבען א שטריימל פאר טויזנטערס?
אז איינער ברענגט 35 שטריימלעך פאר $499 גייט די פרייז נישט אראפגיין. ס'וועט סך הכל אויפטוען אז 35 מענטשן וועלן הנאה האבן אז זיי האבן געקויפט א שטריימל חצי חינם און ס'רעשט וועט דארפן קויפן אזויווי ביז היינט.
אזויפיל יא. די גאנצע שטאט איז ווידער אויף מיט בינגאו. יעדער רעדט פון בינגאו. פארוואס ווייל ער האט פארטיילט אפאר שטריימלעך.
Re: בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 4:38 pm
דורך אונטער חכם
דאך בעסער ווי די ר' איד צעטלעך .
Re: בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 5:34 pm
דורך 65th
איך האף אז עפעס האט זיך גיטאהשט
ביז היינט האבן די שטריימל סוחרים אינס באהאנדלט אזוי ווי זיי פארקויפן עסרויגים
נישט גיוועהן קיין פרייס
זיי האבן גיקוקט אויף די נאז אין גיפרעגט
וויפל ווילסטו באצאהלן?
וואס פארא דרך המסחר איז דאס?
נאכדעהם איז דער מחותן אריין גיקומען אין בעס מעדרעש אין חבירים האבען אהנגעהויבן צי לויבן
וואוו וואו אזאן שיינע שטריימל!
ויפיל האסטו באצאלט?
האט דער מחותן גיזאגט צב״ש $5500
האט יענער גיענפערט
אה
נישט גוט
איך ווייס פין אנדערע פלעצער וויא די וואלסט גיקענט צאהלען פאר דעי זעלבע סחורה $7500....
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 6:02 pm
דורך יעקב מענטש
חתם סופר האט געשריבן:א טובה פאר מיך און דיך, אבער ער ברענגט אינטער אונזער עקאנאמי, אזוי מיין איך. כ'הער אז נעקסט קומט היטן און בעקיטשעס!!
ס'איז נישט נארמאל
dont worry
ס'איז נאר פאר 15 מינוט צו גיין אויף אלע וואצעפפ גרופס.
כמעשהו מיט די סוכה ברעטער, כפרות, כך מעשהו בשטריימלעך
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
גערעכט, איך האב יעצט געכאפט אז איך בין נאכאמאל געפאלן א קרבן צו בינגאו'ס גאון'ישע מארקעטינג
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 7:58 pm
דורך berlbalaguleh
חת"ם סופר: ס'איז יא טובה. ווייל בינגא ווייזט אז ער קען און וועט (אפשר אין די צקונפט) פארקויפן שטריימלעך אויך. ער ווייזט אז ער קען ברעכן דעם מאנאפאל וואס די אידישע סוחרים האבן געלייגט אויף פראדוקטן און סערוויסעס וואס דער היימישער עולם דארף. און זיי זעקלען אויס און שינדן די הויט (איך וויל נישט זאגן באגנב'ענען און באראבעווען). און זיי שמייכלען זיך גוט אונטער....דו מוזסט אנקומען צו מיר. און איך וויל ווערן אן עושר שנעלל אויף דיין חשבון. טוה מיר עפעס...הוא הדין מיט גראסעריס, סוכה ברעטער , כפרות, אתרוגים. און יעצט שטריימלעך. תבוא עליו ברכה. אויף דעם אייגנטומער פון בינגא. דער זכות זאלל איהם ביישטיין. איי די סוחרים. זיי וויינען. זאללן זיי וויינען. אונז האמיר גענוג געוויינט. יעצט זאללן זיי וויינען...!
Re: בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 9:01 pm
דורך החוקר
זאגט מיר איינער אז ער לויפט יעצט אריבער צו קרויס. וואס איז? זיי מאכן א ריזיגע גראסערי סעיל אויף פסח'דיגע פראדוקטן...
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
אמן . כן ירבו. יגדיל תורה ויאדיר. זאלל זיין קאמפעטישן. איך ווארט שוין ווען ישיבות און בתי מדרשים וועללן אנהייבן מאכן קאמפעטישן. און זיך רייסן נאך בחורים און יונגעלייט וועלכע זאללן קומען דאווענען אין זיייער בית המדרש אדער לערנען אין זייער ישיבה...!
קאמפעטישן והמסתעף...
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 5:55 am
דורך נקודת-אמת
החוקר האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז ער לויפט יעצט אריבער צו קרויס. וואס איז? זיי מאכן א ריזיגע גראסערי סעיל אויף פסח'דיגע פראדוקטן...
אין ירושלים עיה"ק אנטקעגן איבער אפיריון (פאר ווער ס'קען) איז פארהאן א-פרוכט-און-וועדזשטעבל-געשעפט מיט'ן נאמען 'זול-ובגדול'
לעצטנ'ס האבן זיי געעפנט אין זייט א אופטיק (ברילען געשעפט) וואס רופט זיך: "רואים-בגדול".
אויף די זעלבע גאס (עלי הכהן) איז דא א פענסי אפטיק געשעפט (וואס געהערט צו א היימישער יונגערמאן לעפקאוויטש) מיט'ן נאמען "וויסטא"
ווען דער זול ובגדול האט געעפנט די אופטיקא, האט דער לעפקאוויטש זיי מודיע געוועהן אז ער הייבט אהן צו פארקויפן פרוכט און וועדזשטעבל...
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 9:19 am
דורך תורה ומדע
קורקלענד האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:אשרי לו אויב דאס שטריימל גייט אראפ אין פרייז. ווער דארף האבען א שטריימל פאר טויזנטערס?
אז איינער ברענגט 35 שטריימלעך פאר $499 גייט די פרייז נישט אראפגיין. ס'וועט סך הכל אויפטוען אז 35 מענטשן וועלן הנאה האבן אז זיי האבן געקויפט א שטריימל חצי חינם און ס'רעשט וועט דארפן קויפן אזויווי ביז היינט.
אזויפיל יא. די גאנצע שטאט איז ווידער אויף מיט בינגאו. יעדער רעדט פון בינגאו. פארוואס ווייל ער האט פארטיילט אפאר שטריימלעך.
מען וואלט לעולם געדארפן אנהייבן גיין אין קוטשמעס. דער היינטיגען שטריימל איז סייווי בכלל ניט צום דערקענען, אין קוים ריזעמבעלט ער דעם ארגינעלעם איינשפיטציקער מלבוש. דאס פרייז אין די טויזענטער איז פשוט א מאפיאנערישער מאנאפאל, און די סחורה איז גאר שוואך כמובן לכל פיינשמעקער וואס פארשטייט אין די fur ביזנעס. מען קען היינט קויפן א גאנצע ״מינק קאוט״ פאר דריי טויזענט דאללער. א fur העט דארף נישט קאסטען מער ווי 1500 דאללער. עס איז העכסטע צייט אז די קאנסומערס זאללען קלוג ווערען, און די מארקעט זאל זיך קאררעקטען.
Re: בינגא פארקויפט שטריימלעך פאר $500 -- א טובה??
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 12:34 pm
דורך החוקר
אז מען רעדט פון שטריימלעך....
איך וואלט געוואלט אז בינגאו זאל אנהייבן פארקויפן הוטן אויך.
https://www.ebay.com/p/Authentic-Hasidi ... 2214513824
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 12:39 pm
דורך בן פרצי
נקודת-אמת האט געשריבן:החוקר האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז ער לויפט יעצט אריבער צו קרויס. וואס איז? זיי מאכן א ריזיגע גראסערי סעיל אויף פסח'דיגע פראדוקטן...
אין ירושלים עיה"ק אנטקעגן איבער אפיריון (פאר ווער ס'קען) איז פארהאן א-פרוכט-און-וועדזשטעבל-געשעפט מיט'ן נאמען 'זול-ובגדול'
לעצטנ'ס האבן זיי געעפנט אין זייט א אופטיק (ברילען געשעפט) וואס רופט זיך: "רואים-בגדול".
אויף די זעלבע גאס (עלי הכהן) איז דא א פענסי אפטיק געשעפט (וואס געהערט צו א היימישער יונגערמאן לעפקאוויטש) מיט'ן נאמען "וויסטא"
ווען דער זול ובגדול האט געעפנט די אופטיקא, האט דער לעפקאוויטש זיי מודיע געוועהן אז ער הייבט אהן צו פארקויפן פרוכט און וועדזשטעבל...
דאכט זיך מיר, אז ס'שוין דא הארט דערנעבן א פרוכט געשעפט/ווערהייז, ניין?
אמאל האט זיך ארומגעדרייט שמועות אז דער 'זול ובגדול' טערעראזירט יעדער איינער וואס וויל עפענען א פרוכט געשעפט אין די גאנצע געגענט