בלאט 1 פון 1
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 4:53 pm
דורך קורקלענד
די פרייזן ציען זיך אויך אריבער?
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 6:19 pm
דורך גראף
די אלטע באבעס וואס מאכען די סענדוועטשעס מופען אויך?
נשלח: דינסטאג מערץ 13, 2018 7:26 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס פארדינט דאס א פרישע אשכול?
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 8:31 am
דורך נקודת-אמת
[tag]נקודת-אמת[/tag] איז אמאהל אריינגעפאלן אין בארא-פארק.
און געהערט איבער דאס געשעפטעלע.
געגאנגען און איינגעקויפט דארט כמה וכמה פעמים צידה לדרך.
חסידים הראשונים פלעגן רופן דאס געשעפט מיט'ן נאמען "דער ראדושיץ'ער שטיבל".
היות דער בעה"ב פון געשעפט איז אן אייניקל פונעם הייליגען פועל הישועות ההק"ר ישכר בער מראדושיץ זיע"א.
איינמאהל איז מען אריינגעפאלן דארט י"ח סיון און מ'האט געצאלט מיט קוואדער'ס יוצא צו זיין דער עניין פון די הייליגע ראדושיצע פרוטות.
די ארבעטארערקע פון נאכמיטאג פלעגט פארגינען אסאך פון די געשמירעכט'ס און די אלטע באבע פון ביינאכט וואס פלעגט Solve crosswords און רעדן מיט א שווערע רוסישע אקצענט א שווערע אידיש...
פאר א גוטען טיעפ האסטו אייביג געקענט ארויסקומען מיט א בייגעל וואס ס'רינט ארויס פון אלע זייטן.

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 7:27 pm
דורך וואלווי
פיין מקום, נישטא וואס צו רעדען, אני הק' נתעגלתי הרבה מהבייגלים העגולים הטעימים האלו...
YUM
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: אויף דעים זאגט דער פסוק..."עגיל ואשמח בלבבי. לאות ישע עשה עמי"... מ'זאגט עס טאקע מוצאי שבת קודש ביי די זמירות. דאמאלס איז טאקע דער זמן שטארק מסוגל. פאר די רעזאלטס. ווייל דער עולם (וגם אני בתוכם) קויפט דאמאלס בעיגלס בגדול. ספעציעל אין אנהייב ווינטער. אין די לאנגע מוצאי שבת'ן. נאכדעים וואס מ'רוקט דעם זייגער.
ביי אונז אין די משפחה איז עס א מנהג וותיקין. לכאורה די פארקערטע. מאחרים לצאת. מ'מאכט שפעטע, ברייטע מלוה מלכה'ס לכבודה של שבת מלכתא. כדרכם של צדיקים מדור הקודם. ספעציעל הרהצה"ק ר' ישעי'לע פון קערעסטיר, זי"ע...!
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 8:36 pm
דורך קאצקע ציקער
גראדע שוין דא א אשכול וועגן דעם געשעפט , ליגט לכאורה אין די קעלערן אינעם שטיבל
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 8:53 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: אדרבה. זוך עס אויף. און ברענג עס אהער. ווייל פן אזא עם הארץ אין טעכנאלאגיע ווי איך בין. זאלסטו גארנישט דערווארטן...!
נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:13 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!
ר'בערל, כ'האב געמיינט אז די יצר הרע האט שוין לאנג פארגעסען פון אייך...
נע, איר מעגט שוין גיין אויף די דרכא אחרינא, איך נעם עס אויף מיין פלייצעס...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:24 am
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:קאצקע ציקער: אדרבה. זוך עס אויף. און ברענג עס אהער. ווייל פן אזא עם הארץ אין טעכנאלאגיע ווי איך בין. זאלסטו גארנישט דערווארטן...!
נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!
ר'בערל איך ברענג עס גערן ארויף אבער פארשטייט זיך אליינס, ס'גייט זיין א שטיקל ארבעט אפירצוזיכן אזא פארזאוועטען אשכול סא ס'ווענדט זיך אויף די נאכפראגע פון די עולם אויב איך באקים מינימום 7 לייקס אויף מיין יעצטיגע תגובה ברענג איך עס ארויף
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:45 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!
ר'בערל, כ'האב געמיינט אז די יצר הרע האט שוין לאנג פארגעסען פון אייך...
נע, איר מעגט שוין גיין אויף די דרכא אחרינא, איך נעם עס אויף מיין פלייצעס...
וואלווי: דו כאפסט נישט. איך האב דא געוואלט באווייזן 2 זאכן. די גדלות פון מיין רעבי'ן , זז"ג. און מיין אייגענע עניוות...!
ס'איז דא א פסוק...ס'דא א סאך פסוקים... און מאמרי חז"ל. אבער מ'קען זיי נישט אלע אראפברענגען...דער עיקר איז. איך בין מתפלל צו הקב"ה אז איך זאלל קענען גיין אויף מיינע אייגענע פיס. און נישט אויף דיינע פלייצעס. ווייל איך וועג א שיינע פאר פונט, קע"ה...!
די רעבע זכיסע יאגן אליינע האט אויף דעים געזאגט...שוין. לאמיר נישט רעדן...!
Re: איקאנישע בארא פארקער געשעפט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:48 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!
ר'בערל, כ'האב געמיינט אז די יצר הרע האט שוין לאנג פארגעסען פון אייך...
נע, איר מעגט שוין גיין אויף די דרכא אחרינא, איך נעם עס אויף מיין פלייצעס...
וואלווי: דו כאפסט נישט. איך האב דא געוואלט באווייזן 2 זאכן. די גדלות פון מיין רעבי'ן , זז"ג. און מיין אייגענע עניוות...!
ס'איז דא א פסוק...ס'דא א סאך פסוקים... און מאמרי חז"ל. אבער מ'קען זיי נישט אלע אראפברענגען...דער עיקר איז. איך בין מתפלל צו הקב"ה אז איך זאלל קענען גיין אויף מיינע אייגענע פיס. און נישט אויף דיינע פלייצעס. ווייל איך וועג א שיינע פאר פונט, קע"ה...!
די רעבע זכיסע יאגן אליינע האט אויף דעים געזאגט...שוין. לאמיר נישט רעדן...!
און אז די בית שני איז גאר געווען גדול במנין ובבנין, פאלט אייך נישט איין?
Sent from my SM-G900V using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:52 am
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:קאצקע ציקער: אדרבה. זוך עס אויף. און ברענג עס אהער. ווייל פן אזא עם הארץ אין טעכנאלאגיע ווי איך בין. זאלסטו גארנישט דערווארטן...!
נ.ב.: ווען מרן רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א מקר"י/פאלם טרי יצ"ו, רעדט איבער טעכנאלאגיע, ווייס איך אז ער מיינט נאר מיך...!
ר'בערל איך ברענג עס גערן ארויף אבער פארשטייט זיך אליינס, ס'גייט זיין א שטיקל ארבעט אפירצוזיכן אזא פארזאוועטען אשכול סא ס'ווענדט זיך אויף די נאכפראגע פון די עולם אויב איך באקים מינימום 7 לייקס אויף מיין יעצטיגע תגובה ברענג איך עס ארויף
קאצקע ציקער: איך אליינס האב דיר געגעבן 3 לייקס. איינס אן אפענע. און 2 באהאלטענע...!
אדער, אפשר א באטל מילעך. אפשר א פאר חלות אויף שב"ק...וואס...זיי וויללן עס נישט אננעמען. ס'קען נישט זיין. נו, פארוואס הרג'עט זיך דער עולם דא אין קאווע שיבל נאך לייקס...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:55 am
דורך berlbalaguleh
הגה"ה: ס'איז ארויסגעפאללן 1 וויכטיגע שורה...דו קענסט גיין צו בינגא. און עפעס קויפן פאר די לייקס...איך וועלל ערלעדיגן...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 1:47 pm
דורך נקודת-אמת
דא איז איין תגובה איבער די צוויי השגחות, איך בין נישט זיכער אויב ס'איז נאך-אלטס אזוי.
איך טרעף נישט קיין אשכול אויף דעם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 4:48 pm
דורך קאצקע ציקער
דא האט איר הגם ס'נישט אריינגעקימען געניג ליייקס
viewtopic.php?f=4&t=402&p=5402#p5402