בלאט 1 פון 8

"אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חרדים

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 9:21 am
דורך אפטעמיסט
צו מיינע ברידער אין אמעריקע, אייראפא און אומעטום; רבנים, ראשי ישיבות ושאר ירקות:

דאס הארץ מיינער איז ווידער אנגעפולט געווארן מיט פרייד און שפאנונג לערענדיג די גינסטיגע נייעס אז בקרוב וועט אנהויבן שפילן אויף איזערלישע טעלעוויזיע נאך א סעריע איבער חרדי'שע אידן און איר לעבענסשטייגער. די סעריע "אוטונומיות" וועט ווי עס שיינט פון די טרעילער, פארציילן די פיקציע-געשיכטע פון א חרדי'שע אטאנאמיע זייט-ביי-זייט מיט די פרייע מדינת ישראל.

גאנץ א גוטע געדאנק.

מיין זעהל פייערט און מיין הארץ יובל'ט. דא, אצינד, איז אפשר
אפשר די צייט צו דאנקן דעם כל יכול פאר'ן אהער שטעלן היימישע סחורה די לעצטע פאר יאר אויף א פארנעם וואס איז קיינמאל געווען. אנגעהויבן פון שטיסל, און צווישן אנדערע, געענדיגט מיט כיפת ברזל און שבבאניקים. "אוטונומיות" ווערט פראדוסט דורך יהונתן אינדורסקי, דער זעלבער פראדוסער פון "שטיסל".

קיין סך איז נישט איבערגעבליבן צו זאגן, בלויז ווארטס מיט שפאנונג און כן ירבו.

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 10:16 am
דורך וואלווי
שוין געווארן דערמאנט דא ערגעץ, אז ס'איז ווייניגער "ריעליטי" ווי שטיסל וכדומה, מער פיקשאן, אבער דאך זעט עס אויס אינטערעסאנט

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 11:48 am
דורך כלבאשבוע
וואלווי האט געשריבן:שוין געווארן דערמאנט דא ערגעץ, אז ס'איז ווייניגער "ריעליטי" ווי שטיסל וכדומה, מער פיקשאן, אבער דאך זעט עס אויס אינטערעסאנט


אמת, זיי מאכן נאך The Handmaid’s Tale

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:03 am
דורך אונטער חכם
לויט ווי איך פארשטיי וועט דער מעסעדזש פון די סעריע זיין אפצושרעקן דעם עולם אז די חרדים קענען אפשר איבערנעמען די רעגירונג און דעמאלס וועט זיין געפערליך וכו' וכו', פארשטייט זיך אז אויב קומט בחירות וועט עס שוין אויך זיין אומזיסטע אדווערטייזמענט פאר לאפיד , וא"כ צ"ע וויאזוי חרדישע אידן קענען זיך פרייען מיט א זאך וואס וועט מרבה זיין שנאה צו זייערע ברידער באה"ק וצ"ע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 6:26 pm
דורך אישתישבי
אויב די חרדים אין ישראל וועלען האבן גלייכע רעכטן ווי די פרייע, און וועלען גיין אין צבא און גיין ארבעטען וועט עס זיין די גרעסטע טובה פאר אונזערע ברודער אין ארץ ישראל.

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 3:45 pm
דורך יהודי פשוט
שוין דא די ערשטע חלק

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:44 pm
דורך נעגעל וואסער
אויף טעלגראם דא

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:19 pm
דורך טרויבן88
נעגעל וואסער האט געשריבן:אויף טעלגראם דא
דא קענט איר עס האבן אויפן לינק, פאר ווער ס'האט א פילטער אדער טעלעגראם,

אוטונמיות

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:46 pm
דורך סקרן
האט עס איינער אויף גוגל דרייוו?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 4:58 pm
דורך [NAMELESS]
סקרן האט געשריבן:האט עס איינער אויף גוגל דרייוו?

https://drive.google.com/file/d/1BCwGL2 ... p=drivesdk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:54 pm
דורך לבי ובשרי
א באמבע פון א זאך.
סיי די ענינים וועלכע זיי בארירן, די מצבים, די פיגור'ן, און רעדן אידיש?!... דאס איז א גוטס.

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:41 pm
דורך נעגעל וואסער
יא יא, געוואלדיגע נייעס!
די מעשה איז באמת דראמאטיש און העכסט אינטערעסאנט בפרט פאר אנשי שלומינו.

אויב קריטיק; איך ווייס נישט פארוואס איך האב עפעס נישט "געשפירט" די דראמא. אולי ווייל עס איז פיקציע במילואו. אי ווייל א חלק פון די קערעקטערס פרצופים איז מיר שוין באקאנט פון אנדערע פילמ'ס. עס קוקט אויס ווי עס איז דא אן ערנסטע מאנגל אין שפילערס בארצינו הקדושה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:57 pm
דורך לבי ובשרי
דאס איז די ערשטע מאווי אויפן אידישן שפראך (ווי די אקטיארן קעדן אפט מאל אידיש)?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:36 pm
דורך לבי ובשרי
ביי די זעקס-און צוואניגסטע מינוט זעהט מען א "דער בלאט" צייטונג אויפן טיש...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:57 pm
דורך [NAMELESS]
לבי ובשרי האט געשריבן:ביי די זעקס-און צוואניגסטע מינוט זעהט מען א "דער בלאט" צייטונג אויפן טיש...


גראדע איז עס "דער איד", נישט "דער בלאט", אבער איך מיין אז די אקטיארן האלטן פון ביידע אייניג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גראדע האב איך אמאל געטראפן 'דער איד' אין די 'דירת המערות' אין חברון...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:07 am
דורך טאמבל סאס
געוואלדיג! איך האב ליב געהאט ווי דער רבי קויפט טריפה'נע ביכלאך בשעת זיינע חסידים אסרט ער צו לייענען זיי. איך טענה שוין לאנג, די גרעסטע פעלער פון די חרדישע מנהיגים איז נאך זייערע צביעות. די אומארענטליכקייט און פאלשקייט מיט אנדערע און מיט זיך אליינס. דאס איז כפירה בתפארתה. דער איך מעג יא און דו מעגסט נישט און כ'וועל דיר אפילו נישט זאגט דעיס. דער אמת איז ס'איז נישט נאר ביי חרדים אזוי, אבער כאטש פארקויפן זיך נישט אונזערע מנהיגים פאר הייליגע מענטשן.

אבער ס'איז אייזן געמאכט. קודם זעסטו א צעפליקטער אידעלע קומען קויפן די ביכער און דו טראכסט אה ער איז מסתמא אזא אויפגעקלערטער געווארן אויף דער עלטער דער ת"ח/אפיקורס וואס זיצט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און רעדט נישט צו קיינעם וועגן זיינע געדאנקען. מיטאמאל זעסטו אים ביים רעבין אינדערהיים שרייען מלחמה! מלחמה! און דו טראכסט, העי איז ער דער זעלביגער? נעה קען נישט זיין. מסתמא נישט. זיי זעען דאך אלע אויס אייניג. דאן, מיטאמאל איז ער אין דער אויטא ביינאכט צוזאמען מיט'ן רעבין און דו טראכסט, אהה זיכער קויפט עס דער גבאי פאר זיך אן דער וויסן פון דער רעבע. אבער דאן קומט דער שאק, ס'איז דער רעבע אליינס! ער האט אליינס זיך מודה געווען. גאש!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:01 pm
דורך לבי ובשרי
בד"וו איך האב אנגעקוקט דאס אז דער רבי ווארפט אריין אז ער לערנט די ספרים, אלס א זייטיגע קרישקע, נישט עפעס ספעציעל, ער האט בעיקר געוואלט צוקומען אז מ'זאל ראטעווען זיין אייניקל, און דעריבער האט ער זיך באדאנקט פאר'ן גנב פאר זיינע פריערדיגע לייסטונגען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:04 pm
דורך סקרן
ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:52 pm
דורך יהודי פשוט
טאמבל סאס האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב ליב געהאט ווי דער רבי קויפט טריפה'נע ביכלאך בשעת זיינע חסידים אסרט ער צו לייענען זיי. איך טענה שוין לאנג, די גרעסטע פעלער פון די חרדישע מנהיגים איז נאך זייערע צביעות. די אומארענטליכקייט און פאלשקייט מיט אנדערע און מיט זיך אליינס. דאס איז כפירה בתפארתה. דער איך מעג יא און דו מעגסט נישט און כ'וועל דיר אפילו נישט זאגט דעיס. דער אמת איז ס'איז נישט נאר ביי חרדים אזוי, אבער כאטש פארקויפן זיך נישט אונזערע מנהיגים פאר הייליגע מענטשן.

אבער ס'איז אייזן געמאכט. קודם זעסטו א צעפליקטער אידעלע קומען קויפן די ביכער און דו טראכסט אה ער איז מסתמא אזא אויפגעקלערטער געווארן אויף דער עלטער דער ת"ח/אפיקורס וואס זיצט ביים ווינקל פון ביהמ"ד און רעדט נישט צו קיינעם וועגן זיינע געדאנקען. מיטאמאל זעסטו אים ביים רעבין אינדערהיים שרייען מלחמה! מלחמה! און דו טראכסט, העי איז ער דער זעלביגער? נעה קען נישט זיין. מסתמא נישט. זיי זעען דאך אלע אויס אייניג. דאן, מיטאמאל איז ער אין דער אויטא ביינאכט צוזאמען מיט'ן רעבין און דו טראכסט, אהה זיכער קויפט עס דער גבאי פאר זיך אן דער וויסן פון דער רעבע. אבער דאן קומט דער שאק, ס'איז דער רעבע אליינס! ער האט אליינס זיך מודה געווען. גאש!
איך פארשטיי נישט פארוואס דו דארפסט פארדעם צוקומען צו אוטונומיות?? דא אין אמעריקא איז געוועהן (אדער נאך אלץ דא) א TV שאו וואס האט געהייסן (אדער הייסט נאך אלץ) blue bloods, און דארטן האבן זיי קלאר געוויזן אז א רבי האט א מיידל חבר'טע (גיר"ל פרענ"ד בלע"ז), דאס זענען אונזערע פאלשע מנהיגים, פאר אונז זאגן זיי אז מ'טאר נישט האבן א מיידל חבר'טע, און זיי אליינס האבן יא, שומו שמים!

אזוי אויך אויף כיפת ברזל זעהט מען בפירוש ווי נישט שיין די וויזניצע ראש ישיבה פירט זיך אויף צו א טאטע וואס זיין זוהן איז געגאנגען אין מיליטער, אבער ווען זיין שוואגערס זוהן גייט אין מיליטער זאגט ער גארנישט, דאס זענען אונזערע מנהיגים!

אויך אויף שבאבניקים זעהט מען קלאר ווי נישט שיין א ראש ישיבה פירט זיך אויף צו די בחורים, ער לאזט זיי אפילו נישט נעמען קיין ווארעמע שויער און ער ווארפט ארויס בחורים נאר וועגן זייער ספרד'ישן אפשטאם, ממש א פחד!

די מנהיגים פון די מאווי'ס און TV shows זענען ממש געפערליך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:26 pm
דורך הוגה
סקרן האט געשריבן:ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:29 pm
דורך יהודי פשוט
הוגה האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:ווען קומט דאס נעקסט?
יחיאל די עכטע טאטע איז גור ארי' פון כיפת ברזל
די פאלשע טאטע האט געעקט אין פאודה
ברוידא איז עקיבא שטיסל
די גבאי פון רבי'ן איז שפיצר פון שבאבניקים
די רבי איז שלום שטיסל


דו ביסט זיכער אין וואס דו זאגסט? כ'מיין אז דו מאכסט טעותים. ברוידא איז צו אלט צו זיין עקיבא. די רב קען נישט זיין שלום שטיסל.

ווער איז די רב'ס טאכטער? איך דערקען איר פון ערגעץ.

.
קיין איינס פון די וואס סקרן האט אויס-גערעכנט זענען נישט אמת

Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 2:33 pm
דורך יהודי פשוט
די רבי'ס גבאי הייסט דב נבון און ער איז הרב בלוך אויף שבאבניקים