בלאט 1 פון 2

לו יהא יציאת מצרים אויף יוטויב u tube

נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 9:29 pm
דורך או אינו
ווי אזוי וואלט אינזער אמונה אויסגעקוקט ווען מיר האבן ווען יציאת מצרים אין מתן תורה רעקאדירט?
יש מקום לומר אז די גאנצע וועלט איז אין אייגלאנג אז יש מנהיג לבירה אז אמונה ווינט קיין מצוה מיר נישט זיין? ווי מזעהט יעצט אז פייסבוק האט געקענט קאנווינסען מיליאנען מענטשן צי וואטען פאר טראמט

Re: לי יהא יציאת מצרים אויף יוטויב u tube

נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 9:56 pm
דורך [NAMELESS]
ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: לי יהא יציאת מצרים אויף יוטויב u tube

נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2018 11:37 pm
דורך חסיד פון ליטא
לדעתי וואלט יציאת מצרים באלאנגט ענדערש אויף אינסטעגרעם.
די צעהן מכות וואלט מען געקענט אפשר לייגן אויף יו טוב.

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 12:03 am
דורך קאצקע ציקער
ניין ווייל ס'וואלט געווען אויף אינסטע סטאריס וואלט עס פארמעקט געווארן נאך 24 שעה

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:12 am
דורך שבת אחים
או אינו האט געשריבן:ווי אזוי וואלט אינזער אמונה אויסגעקוקט ווען מיר האבן ווען יציאת מצרים אין מתן תורה רעקאדירט?
יש מקום לומר אז די גאנצע וועלט איז אין אייגלאנג אז יש מנהיג לבירה אז אמונה ווינט קיין מצוה מיר נישט זיין? ווי מזעהט יעצט אז פייסבוק האט געקענט קאנווינסען מיליאנען מענטשן צי וואטען פאר טראמט


מען וואלט דאך געקענט זאגן אז סאיז "fake news". סאיז נישט קיין אמתע ווידעא. קוק וויפל מענטשען לייקענען די האליקאוסט. ספעלט ווידעאס פון די האליקאוסט? געווענטליכע מענטשען גלייבן נישט אדער יא ווען די וועסט זיי ווייזן הארטע פראוף. רוב מענטשען גלייבן וואס זיי ווילן גלייבן. קענסט ברענגן פראוף ביז מארגן. זיי גלייבן וואס ס׳לוינט זיך זיי און וויאזוי זיי זענען געווענטליך אויפגעוואקסן.

דאס איז די הארטע מציאות. מיט דעם אלעמען סאיז א שיינע געדאנק. כוואלט זיכער געקענט ביישטיין צוזעהן א קליפ און זעהן וואספארא קאליר בעיקטשע משה רבינו איז געגאנגען. אויב ער איז געגעאנגען מיט א בעיקטשע. אפשר האט ער אויסגקוקט ווי דער חפץ חיים זצ״ל אדער אזויווי די באבא סאלי? אדער ווי די חבדסקר?. אין די קאלירנג ביכלעך אלץ קינד אין חדר פון הרב קנאפפלער קוקט משה רבינו אויס ווי ר׳ יואליש פון סאטמאר זצ״ל. מקען נישט וויסן.

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:16 am
דורך שבת אחים
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


ביינאונז האט מען געזאגט אנדערש ״ווען מיין באבע וואלט געהאט ביצים וואלט זי געוועהן מיין זיידע״

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:58 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:מען וואלט דאך געקענט זאגן אז סאיז "fake news". סאיז נישט קיין אמתע ווידעא. קוק וויפל מענטשען לייקענען די האליקאוסט. ספעלט ווידעאס פון די האליקאוסט? געווענטליכע מענטשען גלייבן נישט אדער יא ווען די וועסט זיי ווייזן הארטע פראוף. רוב מענטשען גלייבן וואס זיי ווילן גלייבן. קענסט ברענגן פראוף ביז מארגן. זיי גלייבן וואס ס׳לוינט זיך זיי און וויאזוי זיי זענען געווענטליך אויפגעוואקסן.

thehill.com/homenews/campaign/379439-holocaust-denier-wins-gop-nomination-in-heavily-democratic-seat?amp

Re: לי יהא יציאת מצרים אויף יוטויב u tube

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 7:38 am
דורך גר ותושב
דא האט איר אויף you tube די מכות

https://youtu.be/mx8TE1v6RtM

Re: לי יהא יציאת מצרים אויף יוטויב u tube

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 7:39 am
דורך גר ותושב
און דא אויך די קריעת ים סוף

https://youtu.be/-_mU6LBtqXE

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 12:40 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


ביינאונז האט מען געזאגט אנדערש ״ווען מיין באבע וואלט געהאט ביצים וואלט זי געוועהן מיין זיידע״

שבת אחים: ער (גראדעמעכעלע) האט נישט געוואלט זיין אזוי גראב. עפטער אלל. ער קומט נישט פון מארמאראש...! כ'וועיס...?!

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 1:01 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: ..."הרב" קנאפפלער, פן די קאלארינג ביכעלעך.. ער איד דאך א ביסל...שוין...!

ווער זאגט אז משה רבינו האט אויסגעזעהן אזוי ווי די סאטמערע רבי. און געגאנגען אנגעטון א קאליר'טע טיש בעקישע. אפשר איז ער געגאנגען מיט א טי שוירט. און אויסגעזעהן ווי שלמה קארלבאך...?!... אדער חאצאצ'קע רבי..!

Re: לו יהא יציאת מצרים אויף יוטויב u tube

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 1:09 pm
דורך או אינו
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ..."הרב" קנאפפלער, פן די קאלארינג ביכעלעך.. ער איד דאך א ביסל...שוין...!

ווער זאגט אז משה רבינו האט אויסגעזעהן אזוי ווי די סאטמערע רבי. און געגאנגען אנגעטון א קאליר'טע טיש בעקישע. אפשר איז ער געגאנגען מיט א טי שוירט. און אויסגעזעהן ווי שלמה קארלבאך...?!... אדער חאצאצ'קע רבי..!
פאלט אייך נישט ביי ווי טראמפ?

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 1:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
משה רבינו איז געגאנגען אנגעטון ווי א מצרי, אזוי שטייט אין רש"י. פארשטייט זיך אז איך רעד נאר צו די מאמינים, די אפיקורסים דא גלייבן דאך נישט אין רש"י.

Re: לו יהא יציאת מצרים אויף יוטויב u tube

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:16 pm
דורך או אינו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:משה רבינו איז געגאנגען אנגעטון ווי א מצרי, אזוי שטייט אין רש"י. פארשטייט זיך אז איך רעד נאר צו די מאמינים, די אפיקורסים דא גלייבן דאך נישט אין רש"י.
נא! זייט מסביר דעם שלא שינו את מלבושים

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:21 pm
דורך [NAMELESS]
שלא שינו את לבושם מיינט אז זיי זענען נישט געגיינגען קיין ארבעטס קליידער...

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:35 pm
דורך שבת אחים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:משה רבינו איז געגאנגען אנגעטון ווי א מצרי, אזוי שטייט אין רש"י. פארשטייט זיך אז איך רעד נאר צו די מאמינים, די אפיקורסים דא גלייבן דאך נישט אין רש"י.


ווי שטייט עס אין רש״י?

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 8:01 pm
דורך berlbalaguleh
או אינו האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ..."הרב" קנאפפלער, פן די קאלארינג ביכעלעך.. ער איד דאך א ביסל...שוין...!

ווער זאגט אז משה רבינו האט אויסגעזעהן אזוי ווי די סאטמערע רבי. און געגאנגען אנגעטון א קאליר'טע טיש בעקישע. אפשר איז ער געגאנגען מיט א טי שוירט. און אויסגעזעהן ווי שלמה קארלבאך...?!... אדער חאצאצ'קע רבי..!
פאלט אייך נישט ביי ווי טראמפ?

או אינו: מ'רעדט דאך דא פון אידן. נאר ווי א אידישער היפי אדער קאאל גיי...!

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 8:03 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:שלא שינו את לבושם מיינט אז זיי זענען נישט געגיינגען קיין ארבעטס קליידער...

בן אדם: ביי די רעבישע קינדער און אייניקלעך זענען די שמאלציגע , ריפסענע און טיש בעקישעס מיט די שיעפע טאשן, די ארבייטס קליידער...!

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 11:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:משה רבינו איז געגאנגען אנגעטון ווי א מצרי, אזוי שטייט אין רש"י. פארשטייט זיך אז איך רעד נאר צו די מאמינים, די אפיקורסים דא גלייבן דאך נישט אין רש"י.


ווי שטייט עס אין רש״י?

טעות. ס'שטייט נישט אין רש"י, ס'שטייט אין שמות רבה פרשה א' סימן ל"ב, וז"ל: ותאמרן איש מצרי הצילנו מיד הרועים וכי מצרי היה משה אלא לבושו מצרי והוא עברי.

Re: לו יהא יציאת מצרים אויף יוטויב u tube

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 11:44 pm
דורך או אינו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:משה רבינו איז געגאנגען אנגעטון ווי א מצרי, אזוי שטייט אין רש"י. פארשטייט זיך אז איך רעד נאר צו די מאמינים, די אפיקורסים דא גלייבן דאך נישט אין רש"י.


ווי שטייט עס אין רש״י?

טעות. ס'שטייט נישט אין רש"י, ס'שטייט אין שמות רבה פרשה א' סימן ל"ב, וז"ל: ותאמרן איש מצרי הצילנו מיד הרועים וכי מצרי היה משה אלא לבושו מצרי והוא עברי.
העמד אין הויזן איז יוניווערסעל. די שאלה איז האר פין קאפ אין א אויבעראק? שעל נעליך מעל רגליך זאגט אינז אז איז גוועהן שיך אויך.

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 11:47 pm
דורך שבת אחים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:משה רבינו איז געגאנגען אנגעטון ווי א מצרי, אזוי שטייט אין רש"י. פארשטייט זיך אז איך רעד נאר צו די מאמינים, די אפיקורסים דא גלייבן דאך נישט אין רש"י.


ווי שטייט עס אין רש״י?

טעות. ס'שטייט נישט אין רש"י, ס'שטייט אין שמות רבה פרשה א' סימן ל"ב, וז"ל: ותאמרן איש מצרי הצילנו מיד הרועים וכי מצרי היה משה אלא לבושו מצרי והוא עברי.


דעס מיינט נאכנישט אז דאס איז געוועהן משה רבינו׳ס קליידונג אלעמאל. סקען זיין אז נאר פאר די מיסיע כדאי צו ראטעווען די אידן האט ער זיך פארשטעלט ווי א מצרי. אבער שפעטער אין מדבר ווען ער האט געגעבן די תורה איז ער שוין געגעאנגען מיט געפעפערטע הויזן און ווייסע זאקן....

נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2018 11:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'קען אויך זיין אז נישט, אין ספק מוציא מידי ודאי. אויב אלע אידן האבן זיך אנגעטון אנדערש ווי די מצריים האט ער זיך מן הסתם צוגעשטעלט צו דער עולם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2018 9:02 am
דורך cictim
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:משה רבינו איז געגאנגען אנגעטון ווי א מצרי, אזוי שטייט אין רש"י. פארשטייט זיך אז איך רעד נאר צו די מאמינים, די אפיקורסים דא גלייבן דאך נישט אין רש"י.


הגם שדברתי עמכם בלשון מצרי הי' הכל לשון קודש, ובאמת דבר עמהם גם בשבת ל' מצרי וכו' לזה אמר להם באיזה לשון שדברתי עמכם הי׳ הכל לה״ק
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=30
וכן איתא באורה"ח הק' וכעין זה במאור ושמש