בלאט 1 פון 3
ישיבת כוכבי אור - בערי וועבער
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 3:28 am
דורך בן ישי
היינט ווען אינז האבן שוין זינגערס וואס זענען געווארן רבנים מיט בתי מדרשים איז שוין נישט אזוי שווער צו ווערן א זינגער א ראש ישיבה.
מ'רעדט דא פון דער באקאנטע לעבעדיגע זינגער בערי וועבער וואס האט געעפנט א ישיבה א צייט צוריק אין לעצטענס האט זיך עס אביסל מער פארברייטערט אין ס'איז אין פלאן צו ווערן נאך גרעסער.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען בערי האט געטראפן אפאר בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאסן אין ווערן משוגה פון די טאג אין ער האט מחליט געווען אז ער גייט זיי העלפען אביסל אין געבן א סיפוק החיים, היינט האלט עס אז בערי איז געווארן די אפיציעלע ראש ישיבה פון ישיבת כוכבי אור אין מאנסי אין אינטער עם זענען דא א שטאב פון פיינע מגידי שיעור אין פראפעשינעלס.
מיט אזא ראש ישיבה איז דאך פשוט אז די ישיבה צייכנט זיך אוואדאי אויס אין אינטערטעימענט, מ'געבט אריין א געשמאק אין א לעבעדיגקייט אין די בחורים מ'ברענגט כסדר אינטערסאנטע רעדנערס אין אלע סארט ענינים אין פארשטייט זיך מברענגט כסדר זינגערס אויף שיינע קומזיצן, יעדן טאג דאווענט מען שחרית צוזאמען מיט בערי אין יואלי לעבעוויטש וואס ס'קימען כסדר ארויס שיינע קליפס פון די לעבעדיגע דאווענען ווער רעדט נאך פון ראש חודש, די ראש ישיבה בערי געבט א שיעור הלכה יעדן טאג נאכן דאווענען.
בקיצור א געשמאקע ישיבה פאר בחורים וואס זענען נישט אין קיין ישיבה אין וואלטן זיך געדרייט אויף די גאסן ווען נישט בערי אין זיינע מיטארבעטערס גיטע הארץ.
איין זאך וואס איך קען צוענדיגן מיט איז: ווי איז דאס געווען אין אינזער צייטן??
כה לחי בערי קיפ איט אפ!
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 3:35 am
דורך בן ישי
דא האט איר א ווידיא ווי די ראש ישיבה בערי רעדט אביסל וועגן די ישיבה אין לאדענט יעדעם וואס האט נישט קיין ישיבה זיך איינצושרייבן.
פאר מער אינפערמאציע וועגן די ישיבה אין זיך איינצושרייבן קען מען רופן 845-662-1580
https://m.youtube.com/watch?v=jhUsOk3wI ... e=youtu.be
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 8:03 am
דורך אישתישבי
אלכסנדר האט שוין פין לאנג א זינגער א ראש ישיבה.
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 1:36 pm
דורך בן ישי
אישתישבי האט געשריבן:אלכסנדר האט שוין פין לאנג א זינגער א ראש ישיבה.
קענסט דאך זאגן אז יואלי ראטה איז א זינגער
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 2:20 pm
דורך ליפא
אישתישבי האט געשריבן:אלכסנדר האט שוין פין לאנג א זינגער א ראש ישיבה.
ער איז א תקנות זינגער
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2018 3:27 pm
דורך קאצקע ציקער
אישתישבי האט געשריבן:אלכסנדר האט שוין פין לאנג א זינגער א ראש ישיבה.
נעה א שוואכע זינגער
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 1:16 am
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז איר האט א שטיקל טעות הרב בן ישי, די ישיבה כוכבי אור האט זיך נישט אנגעהויבן מיט בערי וועבער און נישט מיט אפאר באארד בחורים.
די ישיבה איז געגרינדעט געווארן אין ווינטער שנת תשע"ז ווען עטליכע בחורים האבן זיך געטראפן אן א ישיבה, די בחורים האבן זיך געדרייט אין ביהמ"ד ברסלב מאנסי און זענען געווען גאר וואוילע בחורים ווי איר קענט זיך נאכפרעגן ביי די מתפללי הביהמ"ד.
א חשובער אינגערמאן הרב שמעון לעבאוויטש שליט"א וועלכער פארמאגט א גאלדענעם הארץ האט געזען די בחורים אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער צוזאמגענומען די בחורים און געגרינדעט א חבורה געבנדיג עס א נאמען כוכבי אור כדי עס זאל זיך הערן מער אפיציעל.
אזוי איז אריבער א שטיק צייט און ער האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די בחורים ברענגענדיג זיי אינטערסאנטע שיעורים פון באקאנטע פיגורן א שטייגער ווי יונתן יאזשעף און בערי וועבער, די בחורים האבן זייער הנאה געהאט.
ווען ר' שמעון לעבאוויטש האט אנגעהויבן ווערן אביסעלע פארנומען מיט זיינע עניני הפצה פון תורת ברסלב האט ער מער נישט געקענט זיין א גאנצן טאג אין ישיבה דעריבער האט ער געבעטן דעם מגיד שיעור ר' שמואל בער וועבער נ"י אז ער זאל איבערנעמען די ישיבה, בערי האט עס איבערגענומען און עס גענומען צו א נעקסט לעוועל.
ער האט אריבערגעפירט די ישיבה אין א מער רחבות'דיגן פלאץ, ער האט אויסגענוצט זיינע קאנטאקטן בעולם הנגינה צום גוטן אריבערברענגנדיג יעדן זונטאג ריזיגע שטערנס אין עולם הנגינה און ווי אויך האט ער געברענגט גרויסע מוצלחים אין מסחר וועלכע לערמען אויס די בחורים וויאזוי זיך צו באגיין אין האנדל-וואנדל.
די בחורים זענען יונק תורה וחסידות אויף א הויכן פארנעם און בערי האלט אן א נאנטן קשר מיט די בחורים און מאכט זיכער אז זיי זענען מצליח.
אינטערסאנט אז אזא פארנומענער און פאפולערער פערזענליכקייט ווי בערי וועבער האלט אן אזא קשר מיט בחורים, א זאך וואס אפילו סתם מענטשן וואלטן נישט געקענט אויספירן, דעריבער קענען מיר אים נאר וואונטשן עלה והצלח און אז ער זאל האבן אלעס גוטס אין דעם זכות.
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 3:54 am
דורך בן ישי
איך קען נישט פונקטליך די פרטים מיין עיקר אינפערמאציע איז פון די קליפס וואס איך זעה כסדר, שכח פארן צולייגן די דעטאלן.
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 10:09 am
דורך ליפא
עלטערן צאלן שכר לימוד?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 5:01 pm
דורך קאצקע ציקער
יונתן יאזשעף מה טיבו? וואס איז די מעשה מיט עים? חוץ וואס ער איז א שפילער און א קאזין מיט יואלי ראטה וואס נאך קען ער?
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 7:00 pm
דורך בן ישי
קאצקע ציקער האט געשריבן:יונתן יאזשעף מה טיבו? וואס איז די מעשה מיט עים? חוץ וואס ער איז א שפילער און א קאזין מיט יואלי ראטה וואס נאך קען ער?
ער איז א מגיד שיעור אין ישיבה.
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 11:05 pm
דורך shem-tov
טאקע א הערליכע זאך אזא טאלאנטפולער און געלונגענער יונגערמאן זאל זיך אריינלייגן אין אזאנא עבודת הקודש, ר' שמואל בער כמותך ירבו בישראל! זאלסט האבן אסאך הצלחה און אפגעהיטן ווערן פון אלע סארט פראבלעמען נאר זעהן גוטע פירות מיט מזל און גליק מיט נחת פון די קינדער און תלמידים
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 2:27 pm
דורך בן ישי
הרב מנחם באמבאך איז געקומען געבן א שיעור אין ישיבה.
די ראשי ישיבות אין א שמועס און קוקן אויף די ענגלישע ביכער וואס מ'לערנט אין ישיבה
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 2:30 pm
דורך מצפה לישועה
אמור לי מי חברך ואומר לך מי אתה
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 6:33 am
דורך בן ישי
סיום מסכת ברכות לעצטע וואך דאנערשטאג נאכט
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 6:56 am
דורך Avrom
מוראדיג
נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 8:18 am
דורך בן ישי
חנוכת הבית און סיום מסכת אין ישיבת כוכבי אור
http://theahblick.com/?p=155390
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 7:51 pm
דורך berlbalaguleh
מצפה לישועה האט געשריבן:אמור לי מי חברך ואומר לך מי אתה
מצפה לישועה: דו מיינסט גוטס אדער שלעכטס...?!
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 7:59 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי: ייש"כ. נאר ווען איינער א ידען (אזוי ווי דו, למשל) וואלט צוגעגעבן א שטיקל ביאור איבער די נעמען און פאזיציעס פון די אלע חשוב'ע פערזענליכקייטן וועלכע האבן אנטייל גענומען אין ד געהויבענע מסיבה. פאר אזעלכע עמי הארצים, אזוי ווי איך. וואס קען נישט קיינעם אויף די פיקטשערס חוץ ר' בערל וועבער שליט"א. וואלט דאס א סאך צוגעגעבן צו די וויכטיגקייט פון די מאורע...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:אלכסנדר האט שוין פין לאנג א זינגער א ראש ישיבה.
דאס איז א גוטע שטיק ליצנות. ווייל אט די ..."זינגערס" זענען בכלל נישט פון צווישן די טייערע אידן די מצדיקי הרבים אזוי ווי ר' יואל'י ראטה, אדער ר' בערי וועבער שליט"א. און נאך עטליכע צדיקים יסודי עולם, וועלכע האבן דערהערט דעם וויי געשריי פון די אידישע קינדער. את נאקת בני ישראל. וואס די פאלשע ראשי ישיבות טוען אפ אין נאמען פן די תורה, רח"ל. כי מה שהם דורשים, לכבוד עצמם דורשים...!
מזל טוב
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 8:11 pm
דורך ווייל אזוי
היינט קומט פאר אין מאנרא די ערשטע תנאים פון א תלמיד פון ישיבת כוכבי אור.
הבחור י.פ. וועלכע לערנט שוין א שטיק צייט אין ישיבה ווי ער האט אויך געדינט אלץ פאטאגראפירער פון ישיבה איז פאריגע וואך א חתן געווארן מיט א חשובע מיידל פון מאנרא, און היינט גייט פארקומען די תנאים.
אויף שמחות ווייטער געזונטערהייט.
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 9:32 am
דורך בן ישי
סיום הש"ס אין ישיבת כוכבי אור בהשתתפות ר' יואל ראטה שליט"א
http://www.breslevcenter.com/news/סיום-השס-ישיבת-כוכבי-אור-מאנסי
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 9:33 am
דורך בן ישי
.