נוטרישאן און אויפפירונג פראבלעמען ביי קינדער.
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2018 12:43 pm
עס איז זייער אנגענומען אין די וועלט אז עס איז דא א פארבינדונג צווישן געוויסע עסן און אויפפירונג פראבלעמען ביי קינדער, אנגעהויבן פון צוקער וואס איז אנגענומען אלס א פאקט ביי מענטשן אז עד ברענגט פארשידענע פראבלעמען ובעיקר הייפעראקטיוויטי און עד דייט ווייטער צו מילעך ווייס ברויט גלוטן וכו' .
אבער נאך א זוך אויף גוגל זעה איך אז אפילו דעיס וואס איך האב אייביג אנגענומען אלס תורה מסיני וועגן די פארבינדונג צווישן צוקער און הייפעראקטיוויטי איז אויך שנוי במחלוקת, און היות עס איז מיר שווער אליינס צו זוכן, צוליב מיין קנאפער ענגליש און נאך סיבות, אשר על כן וויל איך בעטן ווער עס קען שרייבן דא וועגן דעם עניין אדער צוצייכענען ווי מען קען באקומען גוטע אינפארמאציע דערוועגן