מי כעמך ישראל - א דאללער די מצוות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

מי כעמך ישראל - א דאללער די מצוות

שליחה דורך הדד בן בדד »

בס"ד

מי כעמך ישראל - א דאללער די מצוות

אה, מי כעמך ישראל!!!
דעם אויסדרוק הערט מען אזוי אפט, אז עס האט שוין באלד פארלוירן איר ווערט. אי איד איז געווארן סטאק און א צווייטער איד האט זיך אפגעשטעלט אים העלפן: מי כעמך ישראל!

א איד איז געבליבן אויסגעשפארט פון זיין הויז און א אידישער לאקסמיט איז געקומען שפעט ביינאכט אים אויפעפענען דעם טיר: מי כעמך ישראל!

א אידענע איז געווען אין געשעפט אין נישט געהאט גענוג געלט צו באצאלן, א צווייטע אידענע איז געשטאנען דארט און האט איר מנדב געווען דעם פופציגער: מי כעמך ישראל!

א אידיש קינד איז רח"ל פארלוירן געווארן און טויזענטער אידן זענען ארויסגעלאפן אים זוכן: מי כעמך ישראל!

איר קענט צוענדיגן דא וועלכע נאך מעשה איר האט לעצטענס געזעהן. הגם עס איז נישט קיין נפקא מינה, ווייל אויף כמעט סיי וואס וועט מען היינט שרייבן דעם אויסדרוק: מי כעמך ישראל!

וואס אן אמת וויל איך אייך זאגן, אז רוב מאל איז עס סתם געהאקט אין קאפ אריין. אידן זענען בני אברהם יצחק ויעקב און זיי גאנצער מהות איז רחמנים, ביישנים און גומלי חסדים. דעריבער זענען די אלע מעשיות נישט קיין חידוש, רוב מאל, אויב טוט מען עס נישט, איז עס גובל מיט פלעינע אכזריות, סאו וואס איז דער חידוש דא? איר האט חושד געווען אן ערליכן איד אז ער וועט זעהן א צווייטן איד סטאק און וועט זיך נישט וואוסנדיג מאכן? איר האט חושד געווען ערליכע אידן אז א אידיש קינד וועט זיין פארלוירן וועלן זיי נישט ארויסלויפן זוכן?

זיכער נישט, יעדער פארשטייט און נעמט עס אן מיט א פשטות, עס איז נישט דא קיין שום חידוש דערינען און איך זעה דעריבער נישט קיין שום סיבה צו שרייבן אזעלכע מעשיות יעדן מאנטאג און דאנערשטיג.

איי וועט איר פרעגן וואס וויל איך דא מיט דעם ארטיקל? וועל איך אייך ענטפערן. איך וויל אויך קענען זאגן מי כעמך ישראל, אבער איך בין אין א פארלעגנהייט. וואס איז מיין פראבלעם? אט הערט:
איך דאוון פאריגע וואך אין א גרויסען מניינים בית מדרש עס איז געווען דאנערשטאג און מען האט געליינט, קריאת התורה. מען נעמט ארויס דעם ספר, מען לייגט אים אנידער אויפן באלעמער, דער גבאי שטעלט זיך אהין און גיט א רוף אויס: "א דאללער די מצוות"...

א קול קורא במדבר, קיינער רופט זיך נישט אן. ער ווארט אפאר סעקונדן, נאך אפאר, אבער ער קען דאך נישט בלייבן שטיל צו לאנג, שרייט ער נאכאמאל: "א דאללער די מצוות". קיינער דערשרעקט זיך נישט. זאל ער שרייען דער שמש, ער באקומט דאך פאר דעם באצאלט, וואס גייט עס מיך אן.

א דריטע מאל האט ער שוין נישט געקענט, האט ער געגעבן א זאג: "צוויי דאללער די מצוות, צום ערשטן מאל, צום צווייטן מאל און צום דריטן מאל". ויעזור...

מי כעמך ישראל: מען לאזט דעם שמש שטיין ביים באלעמער א פארשעמטן, מען לאזט די ספר תורה ליגן אויפן באלעמער א פארשעמטע און מען לאזט דעם רבונו של עולם כביכול פארשעמט!!!

איך האב זיך דערמאנט ווען איך בין געווען א קינד און א אינג בחור'ל, איך פלעג אסאך מאל דאווענען אין דעם נאנטסטן מנין פעקטארי, און איך האב גאר אפט געהערט דעם "א דאללער די מצוות", איך געדענק אבער נישט אזא מציאות אז עס זאל ביי דעם בלייבן. יעדעס איינציג מאל האט איינער געכאפט די מצוות, עס איז געגאנגען פאר דריי, פיר אדער פינף דאללער. אלעמאל. דער שמש איז קיינמאל נישט געבליבן מיטן צינג אינדרויסן.

אדרבה, טראכט אריין וואס מען פארקויפט דא: דריי מאל ברכו, זעקס ברכות, הגבה און גלילה! חכם לב יקח מצוות, ווי זענען די אלע חכמי לב. בחינם וויל מען כאפן. ער יאגט זיך אריין אין בית המדרש צו מעריב ווען מען האלטן שוין ביי ועצר את השמים, כאפט זיך שנעל מיט, און נאך עלינו גיט ער א שריי אויס: ברכו את השם המבורך. ער איז גליקליך, ער האט נישט נאר זיך געשפארט די ערשטע פאר מינוט פון מעריב, נאר ער האט נאך געמאכט א ברכו אויך.

אבער ווען עס קומט צו האבן דריי ברכו'ס און ס"ה קאסט עס אים צוויי אדער דריי דאללער, דאס שוין נישט. אין א רגע וועט ער אריינווארפן דעם דאללער פופציג אין ווענדינג מאשין פאר א קען סאודע אדער א דעניש, אן טראכטן אפילו. איז נישט דריי ברכו'ס, זעקס ברכות, א הגבה מיט א גלילה ווערט וויפיל א קען סאודע אדער א סענדוויטש? און צווישן פינף און דרייסיג אידן זאל זיך נישט מאכן קיין איינער? איך בין געווען שאקירט.

איך דאוון נישט בדרך כלל אין די גרויסע מניינים שוהלן טרעף איך זיך נישט אן אפט מיט דעם, אבער יעצט אז איך האב יא געדאווענט דארט און געזעהן דעם פענאמען, האב איך זיך פשוט געשעמט.

רבותי, וועקט אייך אויף, מי כעמך ישראל?

כאפט די מצוות און קויפט אייך איין עולם הבא, ביים שמש, ביים ספר תורה, ביים רבונו של עולם און ביי די אידן פאר וועמען דו וועסט געבן די כיבודים.

חכם לב יקח מצוות, פאר איין דאללער, אדער פאר צוויי.

מי כעמך ישראל!!!

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר