נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2018 4:59 pm
לדעתי איז די ארטיקל פון די בעסטע אינעם וועקער. שילדערט אויף א הערליכע פאעטישע פארנעם דעם דמות פון רבי שמואל פון דעם פערספעקטיוו פון א תלמיד און לייגט אראפ א שלימות'דיג בילד פון זיין וועזן אין געציילטע שורות. עס איז א אמת'ע מייסטערוועק וואס גיט א גאר ברייטע בליק אויף דעם גדול, און ערקלערט פארשידענע זאכן איבער זיין קאמפליצירטע פערסאנאליטי אזוי צווישן די שורות. כ'געדענק נישט כ'זאל האבן געליינט אזא פערזענליכע אינטימישע באשרייבונג אויף סיי וועלכע לעצטיגע גדול.