בלאט 1 פון 1
שלא שינו את לשונם - וועקער 12
נשלח: זונטאג אפריל 08, 2018 8:39 am
דורך [NAMELESS]
הערות, קאמפלימענטן, און קריטיק זענען וועלקאם.
לכתחילה האב איך אנגעהויבן אלץ א קורצע תגובה צו משה חזן, אבער זעהענדיג אז די מעשה מיט ר' פייש פישמאן - וואס ווערט כמעט נישט דערמאנט אין די היימישע היסטאריע ספרים און ביכער - און די גאנצע הונטערגרונד פון שפראך אין די תקופה איז ווערט אן אפהאנדלונג בפני עצמו, ספעציעל אין די צייט פון פסח, האב איך געשריבן דעם ארטיקל.
Re: שלא שינו את לשונם - וועקער 12
נשלח: זונטאג אפריל 08, 2018 5:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אן אייזענעם פארש ארבעט. אין די היינטיגע פלאטשיגע קולטור, האט פאסירט א ריכטיגע שריט, מיט דעם אויספארשען די פרטים און חילוקי דעות אין די דעטאלען פון דער טיילונג. ליידער בויען אסאך מענטשען יסודות און הלכות בלויז אויף מעשיות, און זיי ווייסען ניטאמאל די קראנטקייט פון די מעשה׳ס מיט די הינטערגרונד.
א גרויסען דאנק, און מיר האפען צו זע׳ען א גאנצע חיבור אויף דער טיילונג, להוציא מלבו פון די מסלפי ההיסטוריה, פון בני ברק און אנדערע מקומות, ווי זיי פארשטייען נישט די וויכטיגקייט פון די פרטים.
כה לחי!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אפריל 08, 2018 7:35 pm
דורך קורקלענד
זייער א שיינע ארטיקל. זייער קלאר געשריבן. גאר אייגנארטיג, אינפארמאטיוו און זייער באלערנד. געווען איז אמת'ע שמחת יו''ט צו לייענען.
נשלח: זונטאג אפריל 08, 2018 11:11 pm
דורך פאלקמאן
א הערליכע ארבעט! איך האב נישט געוואוסט אז דער כתב סופר מיט ר' הלל קאלאמייער האבן געהאט אזא שטארקן ריס בנוגע דער פראגע וויאזוי צו רעאגירן צו השכלה. העכסט אינטערעסאנט!
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:21 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן אייזענעם פארש ארבעט. אין די היינטיגע פלאטשיגע קולטור, האט פאסירט א ריכטיגע שריט, מיט דעם אויספארשען די פרטים און חילוקי דעות אין די דעטאלען פון דער טיילונג. ליידער בויען אסאך מענטשען יסודות און הלכות בלויז אויף מעשיות, און זיי ווייסען ניטאמאל די קראנטקייט פון די מעשה׳ס מיט די הינטערגרונד.
א גרויסען דאנק, און מיר האפען צו זע׳ען א גאנצע חיבור אויף דער טיילונג, להוציא מלבו פון די מסלפי ההיסטוריה, פון בני ברק און אנדערע מקומות, ווי זיי פארשטייען נישט די וויכטיגקייט פון די פרטים.
כה לחי!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: א טייל פון די וועלכע פארשטייען נישט (אדער ווילן נישט פארשטיין די יסודות און די פאקטן ארום די טיילונג) וואוינען אין א געגנט אין ברוקלין, נישט ווייט פון די גרויסע וויליאמסבורג בריק. און זיי רופן זיך נאך שטעטעלעך אין אונגארן וועלכע האבן יא, אדער נישט עקזיסטירט...!
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 3:44 pm
דורך כוכב
מוראדיג אן אינטערעסאנטע ארטיקל.
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 4:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
זייער הנאה געהאט. רייך מיט אינפארמאציע און רייך אין שפראך.
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 2:05 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך! איך ווארט שוין פאר דעם נעקסטן מאמר!
נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 3:36 pm
דורך הוגה
כבר כתבתי במקו"א:
הוגה האט געשריבן:איך וויל דיר שטארק באדאנקן פאר די העכסט אינטערעסאנטע ארטיקל, שטיקער היסטאריע וואס וואלטן נישט געווען באקאנט פאר אונז ווען נישט דיר. א גרויסע יישר כח.
נשלח: מוצ"ש אפריל 14, 2018 10:34 pm
דורך גדליה
כ'האב דעם שבת דורכגעליינט דעם מאמר און גרויס הנאה געהאט. א גרויסן ייש"כ.
נשלח: מוצ"ש אפריל 14, 2018 11:18 pm
דורך שמערל
אויך געלייענט דעם ארטיקל שבת און גרויס הנאה געהאט. כ'האב ממש לעצטנס געלייענט אויף וויקיפידיע, די היסטאריע פון אידן און אונגארן, פון וואס ס'איז מיר אויסגעקומען א אינטרעסאנטע מסקנא.
לעולם דאס וואס אין אונגארן איז בכלל געווארן א מערכה וועגן אידיש, איז נישט אז אין אונגארן איז אידיש געווארן פארהייליגט און אין אנדערע מקומות נישט, נאר פונקט פארקערט, אין אנדערע לענדער ווי פוילן און ליטא איז אידיש פארבליבן די שפראך פון אפילו די פרייע אידן, נאר אין אונגארן איז נישט אזוי געווען, נאר אידן האבן אלע גערעדט אונגאריש, עד כדי כך אז די מער שוואכערע האבן שוין בכלל נישט פארשטאנען קיין אידיש, און פארדעם איז דארט בכלל געווען א מערכה צו מ'מעג זיין א דורש לועז אין בית מדרש, אז די פשוטי עם זאלן קענען פארשטיין וואס מ'רעדט.
נו וואס איז טאקע די סיבה פארוואס אין אונגארן איז די גויאישע שפראך געווארן אזוי פאפולער? אויף דעם איז מיר אויסגעקומען די תירוץ ווי דער שרייבער רירט אביסל אן אינעם ארטיקל, אז ביז פאר נישט קיין סאך פריער פונעם זמן החתם סופר, האבן אידן כמעט נישט געקענט וואוינען אין אונגארן, אין רוב מקומות בכלל נישט, און ווי יא איז עס געווען מיט שווערע גזירות און שטייערן. דאס האט זיך געטוישט ווען די מאדיאראן האבן געאפפערט פאר די אידן פולע גלייכבארעכטיגונג פאר די אויסטויש אז זיי גייען אנהייבן צו שטודירן די גויאישע שפראך און זיך מער איינעגלידערן מיט זיי. די אידן האבן זיך צוגעכאפט דערצו, און נאך עטליכע יאר האט טאקע די אונגערישע מלוכה ערלויבט פאר אידן זיך געהעריג צו באזעצן אין גאנץ אונגארן.
דאס האט געפירט אז א אסאך אידן האבן זיך אנגעהויבן באזעצן אין אונגארן און וויבאלד זיי האבן אלע געברויכט לערנען די גויאישע שפראך, האבן זיי שטארק מצליח געווען פינאנציעל פיל מער פון זייערע ברודער אין די אנדערע לענדער.
עס איז איראניש אז מען לערנט אפ פון די אונגארישע אידן זייער מלחמה בעד די אידישע שפראך, בעת וואס די עכטע מוסר השכל איז, אז די גאנצע אונגארישע אידנטום וואס האבן גענאסן פון א ברייט בעלבאטיש לעבן, ובתוכם רוב פון אונזערע עלטערן די וואס זענען פארבליבן יראים ושלימים ערליכע ארטאדאקסישע אידן ביז היינט, איז נאר צושטאנד געקומען א דאנק די 'גזירה' פון די ארטיגע רעגירונג צו לערנען אונגאריש, וואס אפילו די גאר פרומע אונגארישע אידן האבן אלע געקענט ליינען און שרייבן די גויאישע שפראך.
Re: שלא שינו את לשונם - וועקער 12
נשלח: מוצ"ש אפריל 14, 2018 11:55 pm
דורך פליקער
גם אני מצטרף צו אלע אז די ארטיקל איז גאר באלערענד רייך און שטארק אינפארמאטיוו.
א דאנק.
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2018 12:36 pm
דורך פרייוויליג
[tag]ריכטיג[/tag] האט א געבענטשטע הערליכע פעדער, עס האט זיך געליינט געשמאק און פליסיג, כווייס אז אסאך ארבעט איז אריין אין איר. איך האב עקסטער הנאה געהאט, ווייל אפאר נקידות האב איך שוין אנגערירט אין מיין ארטיקל פאריאר,
שם, לשון, מלבוש. און דו האסט דאס עלעבערירט אסאך שענער און רייכער. יישר כוחכם.
Re: שלא שינו את לשונם - וועקער 12
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 11:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליינענדיג די ארטיקל, זעט מען א מורא׳דיגע נקודה, וואס מרוב פשטותו קען עס פארגעסען ווערען.
אין יעדער מערכה בלייבען בעיקר די קול קורא׳ס און תשובות לנצח נצחים. די עולם העשייה שטימט נישט אייביג מיט די פאבליק אויסדרוקען, אבער מרוב הימים קענען אסאך פון די עולם המעשה פארגעסען ווערען. ווען מ׳לערנט אפ היסטוריה נאר דורך די שטאנדפונקט פון די אפיציעלע פאסירונגען, פעלט א ריזיגע חלק פון די געשיכטע.
ריכטיג האט אונז באלויכטען די אויגען מיט אנדערע פרטים אין די היסטארישע מערכה, ודון מינה ואוקי באתרה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk