בריוון צו "וועקער" רעדאקציע
נשלח: זונטאג אפריל 08, 2018 2:21 pm
די וועקער שטאב האט אן עבודה קשה פון צוזאמצוזאמלען הערות'לעך און בריוו וואס ווערן געשריבן אלס רעאקציע צו די וועקער ארטיקלען איבער אלע ווינקלען פון קאווע שטיבל.
איך וועל ווידמען דעם ווינקל פאר ווער עס וויל שרייבן א בריוו גראד צו דער רעדאקציע און דאס דערנאך טרעפן ביי די זיסע בריוולעך וואס וועלן דערשיינען אין די ערשטע בלעטער פון קומענדיגן וועקער. וזה החלי:
לכבוד די וועקער רעדאקציע
לויב ווערטער זענען מיין איך אין גאנצן איבעריג נאך וואס יעדעס בלעטל אין וועקער איז א דיאמאנט פאר זיך. כ'האב א קליינע הערה'לע.
אין די דראמאטישע ארטיקל איבער די לעבן און שאפן פון ר' שמואל ווידער ע"ה איז ארויפגעברענגט געווארן אז דאס וואס דער בלאט האט אנגעהויבן לייגן נאר קעפלעך איז צום פארדאנקען א צייטונג דער שריפטי. לענ"ד איז עס א סברא בעלמא וואס איז פורח באוויר.
דער שריפט, אויב געדענק איך גוט, איז ארויסגעקומען אינגאנצן פאר געציילטע וואכן. ס'איז דעמאלט געווען ווען די צייטשריפט האט זיך צוזאמענגעשטעלט מיט דער שטערן וואס איז געווען א קאלאסאלע דורכפאל פאר ביידע. ערגעץ אינצווישן איז ארויסגעוואקסן די שריפט צוליב פרעשור פון עסקנים\רבנים וועלכע האבן נישט ליב געהאט דעם אויסשטעל פון דעם נייעם צייטשריפט שטערן. די גאנצע זאך האט אנגעהאלטן ממש א פאר וואכן און ס'איז געווען א קאלאסאלע דורכפאל פון דער ערשטער מינוט מיט גאר א שוואכער צירקולאציע. ס'איז זייער שווער אנצונעמען אז פונקט די אויסגאבע זאל האבן סיי וועלכע איינפלוס אויף סיי וועמען.
ליבערשט איז די סברא אז דער געדאנק פאר א נייער אויסשטעל פאר דער בלאט איז געקומען פון זעלבן ארט פון וואו די רעדאקטארן פון די שריפט האבן עס גענומען, פון פשוטער אינאוואציע און אויפכאפן אז די מארקעט טוישט זיך, בילדער איז מער גאנגבאר, מענטשן זוכן עפעס מער שרייענד און קאלירדיג. שמואל איז געווען גענוג ראפינירט זיך מיטצוכאפן מיט'ן אלגעמיינעם שוואונג און לאזן אפן די מעגליכקייט צו נייע סטילן און נישט בלייבן שטעקן מיט איין ספעציפישן גאנג ווי ס'זאל ווען זיין א הלכה למשה מסיני.