מכתב לכ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א
נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 10:48 am
שלום וישע רב למורי ורבי כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איתן מושבו בעיר גדולה לאלהים קרית יואל.
בקדה חמש מאות נעם איך די פעדער אין די האנט צו שרייבן דברים היוצאים מן הלב, על אף וואס איך ווייס מך ערכי ומי אנוכי לבוא אל המלך, אבער ההכרח לא יגונה.
בתוך עמי אנוכי יושבת דעם חול המועד בין אלפי תלמידי וחסידי מרן שליט"א ביים יערליכן חול המועד דרשה אין בית המדרש הגדול. דעם רבי'נס דיבורים זענען ווי געווענליך געווען כמים קרים על נפש עייפה. די הייליגע דברי תורה, מוסר והדרכה זענען ווי מן פאר די ימי החול הבעל"ט.
חסדי השם הזכיר כבוד קדושתו ווי אזוי דער רבי, דער עמוד האש ההולך לפני המחנה, האט געראטעוועט דעם חינוך הטהור פון די צאן קדשים אין ניו יארק. דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם נס פסח דהאי שתא ווי אזוי די רשעים עומדים עלינו לכלותינו, ווי אזוי זיי האבן מטכס עצה געווען ארויף צו צווינגען אויף אונזערע קינדער לימודים שונים מלא כפירה ומינות רח"ל, אבער והקב"ה מצילנו מידם מיט די געוואלדיגע סייעתא דשמיא און חכמה פונעם רבי'ן, טאקע בליל התקדש החג איז אפגעטאן געווארן דער זדים ביד עוסקי תורתך.
גם אני האב נאך די דרשה געטאנצן דעם והוא שעמדה. אבער, רבי, ס'איז געווען בבחינת ויחד יתרו. פון איין זייט איז די שמחה עד אין לשער אז מ'וועל מיר ווייטער קענען מחנך זיין אונזערע קינדער בדרך התורה אן קיין שליטה פון די רשעים עוזבי התורה, דער שמחה איז גרויס אז אין דעם דור שפל האט דער אייבערשטער איבער געלאזט אזא מנהיג וואס מיט זיין ווייט אויג האט ער מפיר געווען עצת אויבינו. אבער פון דער אנדערער זייט נעשה בשרי חדודין חדודין. דאס הארץ האט געציפט, די אויגן האבן פארלאזט א טרער און דאס איז די מטרה פון מיינע דיבורים.
רבי ומורי. איך בין א פשוטער איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה. איך ארבעט ביטער שווער מן הבוקר ועד הערב אהיים צוברענגען לחם לפי הטף. איך בין וואס מ'רופט אן א בעלבאטישער אינגערמאן. איך האב ב"ה א גוטע פאסטן און איך מאך א שיין געהאלט. איך מאך אן ערך פון פינף און אכציג טויזענט דאלער א יאר נעט פלאס העלט אינשורענס.
א שיין פרנסה. אסאך פון מיינע חברים קענען נאר חלום'ען פון דעם. אבער רבי, אין הצר שווה. ס'איז ווייט פון גענוג, זייער ווייט. דא איז דער חשבון: איך צאל דריי אלפים א חודש רענט פאר מיין ענגע דירה. 36 טויזענט א יאר. שכר לימוד און קעמפ קאסט מיר לערך 20 טויזענט א יאר. עסן קאסט מיר נאך 25 טויזענט א יאר (500 א וואך, זייער מצומצים פאר א שטוב פון צען נפשות). בלייבט מיר איבער ניין טויזענט דאלער פאר אלע אנדערע הוצאות, ווי לעקטער, געז, טעלעפאן, קליידונג, וכו' וכו'. $173 א וואך!
איך האב נישט קיין פוד סטעמפס, סעקשאן 8, וואוטשערס אדער אנדערע גאווערמענט פראגרעם'ס. מיט 173 דאלער א וואך דארף איך דעקן מיין לויפענדיגע בודזשעט.
רבי לעבן, איך בין א מיטל-דרייסיג יעריגער אינגערמאן. איך האב אנגעהויבן מיין דזשאב מיט א וועידזש פון 18 טויזענט דאלער. ב"ה איך האב מיך פיין ארויפגעארבעט. אבער רבי, די פראפעשינאלס אין מיין קאמפעני מאכן אסאך מער, אריבער 200 טויזענט דאלער א יאר. איך מיט מיינע ישיבה יארן און לימודים אונטער מיר האב נישט געקענט טרעפן קיין בעסערן סטארטינג סעלערי. איך האב נישט געקענט קיין ענגליש, קיין קוויקבוקס, קיין עקסעל, איך האב נישט געהאט קיין טרענירונג אין גארנישט. איך בין אריין געפאלן פונעם עולם התורה אינעם עולם העשייה אן קיין שום הקדמות. היינט צוטאגס, ווען איך בין שוין גוט אויף מיין דזשאב, קען איך קיינמאל נישט אנקומען צו די פאזישאן'ס וואס צאלן קרוב צו א פערטל מיליאן דאלער. אלעס ווייל מיין גירסא דינקותא האט מיך נישט צוגעגרייט דערצו.
איך שטיי און איך בין מקנא דעם לויער אין מיין קאמפעני, דעם אקאונטענט און דעם אינזשעניר. זיי ווערן גוט באצאלט פאר זייער פראפעשאן. איך אבער האב נישט קיין שום פראפעשאן און איך דארף מיך באגנוגען מיט מיין מאגערן וועידזש.
זכרנו ימים מקדם ווען איך בין געזעצן באהלי של תורה ביים רבי'ן אין ישיבה. מיין טאטע זאל זיין געזונט האט מיך געשטופט צו לערנען די הוראה. ופקודתו שמרה נפשי. איך האב געלערנט און גע'חזר'ט איינמאל און נאכאמאל. עשיתי לילות כימים. ביז איך האב ב"ה זוכה געווען לברך על המוגמר און זיך פארהערן די הוראה. איך וועל קיינמאל פארגעסן מיין שמחה ווען איך האב מיך פארהערט די הוראה ביים רבי'ן. כ'האב אפילו באקומען א יורה יורה ידין ידין פון רבי פישעלע זצ"ל. ס'איז געווען אן אמת'ער שמחת התורה. דער רבי האט געשיינט פון שמחה, ס'הייסט, נאך א תלמיד הגיע להוראה. מיין טאטע און מאמע זענען געווען אויסער זיך פון פרייד. ווער רעדט נאך פון מיין זיידע ז"ל וואס איז אדורך דעם לאגער, ער האט נישט געקענט אויפהערן רעדן פון די נקמה וואס ער האט אינעם צורר היהודים שר"י. ס'איז געווען לעכטיגע טעג.
דערנאך האב איך חתונה געהאט. ס'האט נישט לאנג גענומען ביז איך בין געקומען צו די הכרה אז טשעיס נעמט נישט אן קיין הוראה. אמעריקען עקספרעס אויך נישט. און ניטאמאל מיין גראסערי מאן, דער וואס האט זיין מקום קבוע ביי די הקפות לעבן מיר. אלע פארלאנגען קעש. גרינע. דאלארן. ליידער אן עולם השפל, אבער דער עולם המציאות.
געלט דרייט די וועלט און איך דריי מיך אויף דער וועלט אן קיין געלט. ס'איז קשה כזית.
איך בין פארזונקען אין חובות. כ'האב געבארגט דא און דארט פון גוטע אידן. באצאלט פאר דעם און געבארגט פון יענעם ווי א גלגל החוזר. די קרעדיט קארדס זענען פול און איך צאל ביטערע אינטרעסט מדי חודש בחדשו.
איך דערמאן מיך די ימי חושך ואפילה פון פאר דעם יעצטיגן יו"ט פסח. א צייט וואס דארף צו זיין לעכטיג און שיין. נהפך לאבל מחולינו. און האב נישט געהאט קיין איבעריגן צענט צוצוגיין צום יו"ט און דא דארף איך קויפן שיכעלעך פאר די קינדער, סוטס, היטן, אא"וו. מיין שווער דער צדיק האט זיך אנגעשטרענגט למעלה מיכלתו און מיר געגעבן 500 דאלער. מיין טאטע האט מיר באצאלט די מצות. איך בין ארום געלאפן בארגן אפאר טאלער. דער האט מיר גלאט אזוי אפגעזאגט, דער אנדערער האט געבעטן דריי ערבים און נישט צופרידן געווען מיט קיין איין ערב וואס כ'האב געברענגט. געלויבט דער אייבערשטער אז אחר כל התלאה האב איך זיך אנגעבארגט 2000 דאלער מיט חרפות ובושות.
ואחר כל הדברים האלה האב איך געדארפט מאכן די שווערע באשלוסן. קויף איך שיך פאר רחל'ע אדער יענקעלע? איר שיך האט א לאך פון אונטן בשעת זיין שיך איז צוריסן אויף דער זייט און דער שיסטער קען עס נאך אפשר פארעכטן. זרח'ס סוט איז אויסגעוואקסן בשעת פון ברוך'ס סוט ציט זיך פעדימער. דאס הארץ האט מיר געריסן ביים מאכן די באשלוסן. דעם קינד האב איך צופרידן געשטעלט למחצה לשליש ולרביע און דעם קינד האב איך צובראכן אויף שברי שברים.
אין א צוויי-דריי יאר גיי איך אריין אין מסכת שידוכים. איך קען אפילו נישט טראכטן וואס ס'וועט זיין. איך וועל דארפן האבן צווישן פיפציג און אכציג טויזענט דאלער פער חתונה. איך האב אפילו נישט קיין איבעריגע פינף ביז אכט דאלער! די אלע געוואלדיגע חתונה תקנות וועלן מיר קיין סאך נישט העלפן. ווער רעדט שוין פון מיין פחד ומורא אז מיינע קינדער גייען בקרוב אריין אין דעם זעלבן ראד וואס איך בין, אן קיין שום כלים אויף הצלחה.
רבי טייערער, דא רעדט א בעלבאטישער אינגערמאן! נישט קיין ארעמאן. דער חינוך וואס מ'האט מיר געגעבן האט מיך נישט צוגעגרייט צו די ריעל ווארלד.
איך ווייס נישט צו דער רבי קען פארשטיין מיין ווייטאג און פלאג. ידי רועדת פון מיין קומענדיגע דיבורים וואס איך שרייב ביתרת הכבוד וזהירות, ותקוותי אז ס'וועט נישט זיין קיין חוצפה, ווייל דאס איז נישט מיין ציל חלילה.
מ'דערציילט אויף איינע פון די גדולי ישראל אז ער איז אין א קאלטן, נאסן נאכט געגאנגען נאך געלט פאר אן ארעמאן וואס האט נישט געהאט קיין האלץ צו הייצן זיין שטוב. ער קומט אן צום שטאט'ס עושר אין מיטן דער נאכט און קלאפט אויפן פעסטער. דער עושר קריכט ארויס פון בעט און עפענט דעם טיר א דערשראקענער און זעהט דעם רבי'ן ביים טיר. דער רבי נעמט זיך רעדן מיט אים על דא ועל הא. דעם עושר ווערט קאלט און פארבעט דעם רבי'ן אריין צו קומען דער רבי מאכט זיך נישט וואוסענדיג און שטייט ווייטער ביים טיר און שמועסט. נאך א שטיק צייט ווען דער עושר ווארפט זיך שוין פאר קעלט שרייט ער צום רבי'ן אז ער האלט עס שוין נישט אויס און דער רבי זאל שוין אריינקומען. זאגט אים דער רבי, גוט, ס'איז דא אן ארעמאן וואס ווארפט זיך פאר קעלט נאכט נאך נאכט, יעצט אז דו ווארפסט דיך פאר קעלט וועסטו אים פארשטיין, ווען דו זיצט אין דיין ווארעם הויז וואלסטו אים קיינמאל נישט פארשטאנען.
לענינינו. דער רבי זיצט מיט דריי גרויסע, אויסגעצאלטע דירות. פארט מיט א שיינעם קאר. האט הערליכע, טייערע שטיקער זילבער. האט חסידים וואס באצאלן די חתונות פון די אייניקלעך. ווען מ'לעבט אזא לעבן, ווען דער גרעסטער דאגה איז ווער ס'האט א גרעסער עולם ביים כ"א כסלו סעודה, איז אפשר שווער צו פארשטיין די פשוטי עם שבשדות ווי איך וואס גייען אדורך שבעה מדורי גיהנום. ווי געזאגט מיין איך נישט חלילה וחס מקטרג צו זיין. אדרבא, ס'איז אין די אינטרעסע פון כלל ישראל אז די עיני העדה זאלן לעבן במנוחה נכונה, בפרט אזא מנהיג ווי דער רבי וואס גיבט זיך אזוי אפ מיט הידורים אין כשרות, מצות, לימוד התורה, חתונה תקנות, אד"ג. פארט אבער, איז זיצענדיג אין איינע פון די גרויסע אויסגעצאלט הייזער שווער צו פארשטיין דעם עני ואביון.
וכאן הבן שואל, פארוואס זאל מען נישט לערנען קיין פאך פאר די קינדער? וועט א לימוד פון קוויקבוקס שטערן אונזערע קינדער פון אויסוואקסן ערליכע אידן? וואס כפירה שטייט אונטער עקסעל? וואס איז דער פראבלעם מיט ענגליש וואס איז ממש א נחיצות היינטיגע צייטן?
ברוך המקום ברוך הוא אז ער האט אפגעטאן פון אונז די גזירה פון די רשעים. אבער צווישן אונז ערליכע אידן גערעדט, אפשר איז צייט צו לערנען על טהרת הקודש לימודים וואס וועט העלפן פאר אונזערע קינדער?
ונא אל תשיבנו די הויך-קלינגענדע ווערטער ווי חתם סופר, השכלה, חינוך הטהור וכדומה. איך וויל פארשטיין. איך פלאג מיך ווי א הונט, אלעס כדי לעשות רצון אבינו שבשמים. האב איך אזויפיל רעכט צו בעטן אן הסבר.
רבי, היינט איז שוין נישט קיין צייט פון פעלד ארבעט. אפילו ניטינג דזשאבס איז שוין אויך כמעט נישטא. רוב גוט-באצאלטע ארבעט זענען פראפעשאנעל דזשאבס. פאר דעם דארף מען אנהייבן צו לערנען זייער יונג. נעמט מיך פאר פאר א משל. איך האב א געפיל אין מעדיקאל. איך בין א הצלה אינגערמאן, איך האב א חיות דערין. דער עווירעדזש געהאלט פאר א דאקטער איז 190 טויזענט דאלער. פארוואס קען איך נישט האבן דעם דזשאב? פארוואס האט מען מיר נישט געגעבן די כלים דערצו אין די אינגע יארן? פארוואס דארף איך מיך פלאגן ווען מיין לעבן וואלט געקענט זיין אסאך, אסאך גרינגער?
וואס טוט זיך מיטן חיוב ללמדו אומנות? אמאל האט דאס געמיינט אויסלערנען די קינדער אקערן און זייען. היינט מיינט דאס לערנען דעם קאמפיוטער. לערנען א פראפעשאן. דאס איז די אומנות פון אונזער דור. ווי אזוי איגנארירט מען אינגאנצן דעם חיוב?
דער רבי האט געזאגט אינעם דרשה אז מ'האמיר ב"ה מיליאנערן. געוואלדיג. אבער פון דער אנדערער זייט האמיר א גרעסער פראצענט עולם פון ארימעלייט ווי דער דרויסענדיגע וועלט. נישט יעדער האט דעם תכונת הנפש פון פירן אן אייגענעם ביזנעס. מ'דארף דערצו האבן לידערשיפ סקילס און זיין א ריסק-טעיקער. איך, און רוב מענטשן, זענען דאס נישט. איך קען נישט גיין שלאפן פאר איך ווייס אז כ'על קענען באצאלן מיין רענט. איך מוז האבן א סטעיבל דזשאב.
די וועלט האט זיך געטוישט. מ'קען שוין היינט נישט אנגיין ווי אמאל. די ארבעט האט זיך געטוישט. קאסט אוו ליווינג האלט אין איין ארויף גיין. (די יאר האט מען געהעכערט שכר לימוד בשעת וועידזשעס איז געבליבן די זעלבע. פון ווי זאל איך עס באצאלן?) ס'איז אפשר שוין צייט איבער צו טראכטן אונזער מהלך.
וטרם אכלה לדבר. מ'שרייט אז פון די לימודים קענען קיין ערליכע אידן נישט אויסוואקסן. לאמיר געבן א קוק אין אונזער אייגענע מוסדות, די הייליגע בית רחל שולע. דארט לערנט מען ענגליש, מעט, סייענס, היסטאריע, און אסאך אנדערע לימודי חול. מ'קומט כמעט אינגאנצן נאך וואס די רעגירונג פארלאנגט (לויטן אלטן געזעץ!). און וואס זענען די תוצאות? ערליכע אידישע נשים כשרות וצניעות! ס'איז א דבר ידוע אז אונזערע נשים צדקניות זענען נאך ערליכער און תמימות'דיגער פון די מענער.
וכאן הבן שואל מה נשתנה. פארוואס ביי די מיידלעך לערנט מען יא, און זיי וואקסן אויף זרע ברך השם, און ביי די אינגלעך לערנט מען נישט ווייל זיי וועלן נישט קענען אויסוואקסן ערליכע אידן? מה נשתנה אלו מאלו?
עולם הפוך ראיתי. די פרויען וואס רובם וועלן אויסוואקסן היים-מאמעס און וועלן קאכן, באקן, טוהן די היים ארבעט און זיך אפגעבן מיט די קינדער מיט זיי לערנט מען סייענס. די נשים צדקניות וואס זענען מגדלין את בנינו, וואס לייגן אריין דעם שמע ישראל אין די קינדער, וואס געבן איבער דעם אמונה פשוטה פארן קומענדיגן דור, מיט זיי לערנט מען די היסטאריע פון די גויים. די מיידלעך וואס וועלן כמעט נישט נוצן קיין אוטלאק מיט זיי לערנט מען עס. אבער מיט די אינגלעך וואס רובם וועלן אויסוואקסן ארבעטער וואס וועלן קענען נוצן די אלע לימודים אויף צו ברענגען פרנסה, מיט זיי איז אן איסור חמור דאס צו לערנען!
רבי רבי מורי מורי, איך וויין כבן המתחטא לפני אביו אז דער רבי זאל נעמען די זאך אין די האנט אריין און ברוחב בינתו דאס טוישן. ווער נאך איז אזוי געאייגענט דערצו ווי דער רבי וואס איז לא חת מפני כל. די וועלט קוקט ארויס אויפן רבי'ן. ווען דער רבי איז עפעס מתקן, האט עס אן השפעה אויף די גאנצע יהדות החרדית. ותקוותי חזקה אז דער רבי וועט מקיים זיין דעם ולא תגורו מפני איש און מתקן דעם ענין על דרך התורה.
ואסיים את דברי מיט כל הברכות הכתובה בספר התורה, און דער רבי זאל זוכה זיין לישב על כסא ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל, ביז מ'וועל מיר זוכה זיין לישב איש תחת גפנו ואיש תחת תאנתו בביאת משיח צדקינו מיטן רבי'ן בראשינו בב"א
כה דברי תלמידו המתאבק בעפר רגליו