בלאט 1 פון 1

יעדער איז באלאגערט!

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 12:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז מ'קוקט אן די געזעלשאפט פון דערויסען, מערקט זיך אן אן אינטרעסאנטע זאך. יעדער מענטש, יעדער קופקע, יעדער חבורה איז באלאגערט, איינער וויל זיי אונטערברענגען, און די אנדערע איז דער מעכטיגע. אז מ'קוקט אויף אייוועלט צו אין דער איד וכדו', וועט מען זע'ען אז עס דרייט זיך אומעטום אזעלכע קאלטע בריות, אפיקורסים אדער לייכטזיניגע מענטשען, וואס ווילען ארויס רייסען פון יענעם יעדער בליץ פון ערליכקייט און געטריישאפט צו תורה. און די חברה זענען גאר די שטארקער, די תורה געטריי עלעמענט מוז זיך באשיצען פון די אנשיקעניש אונטער די פארטאך פון די צדיקי הדור, וואס באשיצען מיט זייער ליכטיגקייט. אנדערש, וועלען די שטארקער בערען, די קאוועשטיבעלניקס, זיגען.

ווידער אויף קאוועשטיבעל ליינט מען אז די פארפרומטע נעמען אלס איבער, זיי אכשר דרא'נען ווי מעגליך. זיי מאכען דער לעבען ענג פאר יעדעם און זיי זיגען גאר. מיר מוזען זיך באשיצען מיט א קליין שטיבעלע פון כשר לפסח קאווע וואס איז איבערגעבליבען אויף ארויס צו ווארפען איבער א יאר. זיי זענען די עסקנים, זיי רעדען אין די אויער פון די רבנים, זיי זענען די וואס קענען אלס. מיר זענען די הייפעלע ברכיים וכו' און נאר אונטער די פארהאנג קענען מיר עטוואס לעבען און בליען.

עס זעט זיך אויס ווי א מענטשליכע נויט זיך צו שפירען באלאגערט און גענרדפ'ט. מ'זעט עס אין די אלגעמיינער גאס אויך. די רעכטער שרייען אז די ראדיקאלע לינקע נעמען אלסדינג איבער. וואס הייסט? מ'האט דאך נישט מיר געדאכט, אריינגעוועלט א מענטש וואס איז האלב שווארץ אלס פרעזידענט פון אמעריקא?! די לינקע נעמען שוין אלסדינג איבער. ווידער די לינקע רעדען זיך אפ אז די ראדיקאלער רעכטער זענען אומעטום, און נעמן צו אלע פראגרעסיוו רעכטען וואס מ'פראבירט מיט שווייס אריין צו שטופען.

אן די הרגשה, קען מען נישט וואקסען, מ'קען נישט האלטען דער עולם.

אדער איז עס עפעס אנדערש, ווייס איך נישט.

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 4:12 pm
דורך שבת אחים
גוט געזאגט. די רעכטע האבן א פראבלעם מיט די פאקט אז אמעריקע האט אריינגעוועלט א שחור. פארגעס פון זיינע פאליסיס, כארקטאר וכו׳. די אומדערהערטע ״חוצפה״ איז גאר אז ער איז א טונקעלער פארשוין און נישט משלנו דאס אליינס איז שוין צופיל פאר זיי איבערצוטראגן און אראפשלינגען.

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 4:33 pm
דורך יואליש
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Siege_m ... prov=sfla1

Among the consequences of a siege mentality are black" and white thinking, social conformity, and lack of trust, but also a preparedness for the worst and a strong sense of social cohesion."

ס'איז באקאנט דאס ווארט פון סאקמיר רב אז והוא - טאקע דאס אז שבכל דור ודור עמד עלינו לכלותינו - איז וואס שעמדה לאבותינו ולנו.

דאס איז אמת ווען ווירקליכע אנטיסעמיטיזם איז געווען די נארמע. די אנטיסעמיטישע געזעצן אין אירופה האבן פיל צוגעגעבן צום שאפונג פונעם אשכנזי איד און די עמענסיפציע האט איר חרוב געמאכט.

אבער דאס ווארט איז אויך אמת היינט ווען ס'איז בלויז א גלויבן און פסיכילאגישע געפיל אז מיר ווערן נאכאלץ אינטערדריקט. בכל דור אפי' היינט צוטאגס גלייבן מיר באמונה שלימה אז עומדים עלינו לכלותינו. ווי פריער צוגעוויזן, די siege mentality ברענגט די נויטיגע פסיכילאגישע בענעפיטן פאר די געמיינדע, כאילו באמת און פיזיש עומדים עלינו לכלותינו.

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 5:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'דערמאנט מיר די מעשה פון יענער איד וואס האט געליינט דער שטירמער...

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 6:04 pm
דורך אישתישבי
יואליש האט געשריבן:https://en.m.wikipedia.org/wiki/Siege_mentality?wprov=sfla1
....."

ס'איז באקאנט דאס ווארט פון סאקמיר רב אז והוא - טאקע דאס אז שבכל דור ודור עמד עלינו לכלותינו - איז וואס שעמדה לאבותינו ולנו.

דאס איז אמת ווען ווירקליכע אנטיסעמיטיזם איז געווען די נארמע. די אנטיסעמיטישע געזעצן אין אירופה האבן פיל צוגעגעבן צום שאפונג פונעם אשכנזי איד און די עמענסיפציע האט איר חרוב געמאכט.
לכו.

פארוואס איז סאקמיר רב נישט געגאנגען וואוינען אין סוריא צו מצרים?? דארט וואלט ער זיכער געקענט אויפשטעלן נאך א שענערע דור!!!!!

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 6:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בעסער גאר, אין מדינת ישראל...

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 6:13 pm
דורך יואליש
אלענפאלס, דאס אז טייל חסידישע רביס האבן געגארט נאכן רוסישע אינטערדריקונג איבער די פראנצוזישע פרייהייט איז דאך ידוע. אבער ווער ברויך ווירקליכע רדיפות ווען מ'קען לעבן פראנק און פריי על סיר הבשר מיט באזונדערע פריווילעגיעס פאר רעליגיע און פארט גלויבן און פרעדיגן אז מ'ווערט גע'רודף'ט כבכל דור ודור. דאס מיינט נוחל זיין שתי עולמות.

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 7:35 pm
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:https://en.m.wikipedia.org/wiki/Siege_mentality?wprov=sfla1
....."

ס'איז באקאנט דאס ווארט פון סאקמיר רב אז והוא - טאקע דאס אז שבכל דור ודור עמד עלינו לכלותינו - איז וואס שעמדה לאבותינו ולנו.

דאס איז אמת ווען ווירקליכע אנטיסעמיטיזם איז געווען די נארמע. די אנטיסעמיטישע געזעצן אין אירופה האבן פיל צוגעגעבן צום שאפונג פונעם אשכנזי איד און די עמענסיפציע האט איר חרוב געמאכט.
לכו.

פארוואס איז סאקמיר רב נישט געגאנגען וואוינען אין סוריא צו מצרים?? דארט וואלט ער זיכער געקענט אויפשטעלן נאך א שענערע דור!!!!!

:like

פארוואס דארף אונזער רעליגיע זיין די איינציגסטע זאך וואס ארבעט נאר ווען ס'בעקפייערט דורך אן אונטערדרוקונג?

דער אלטער תירוץ איז ווייל מ'איז אין גלות. אבער דאס בארעכטיג א רעליגיע? אז ס'איז נאר גוט לצור על פי צלוחית כדי צירוק צו האלטען א שטורעם קעגען איר?

ווי אזוי גייט דער פשיסחא'ר ניגון? לייז אונז אויס, לייז אונז אויס...

Re: יעדער איז באלאגערט!

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 3:00 am
דורך אונטער חכם
דער פותח האשכול האט דאך נארוואס שיין אויסגעשמועסט ווי יעדער איינער זוכט זיך רודפים , איז וואס שרייסטו נאר אונזער רעליגיע?

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 10:55 am
דורך וואלווי
ווען האסטו לעצטע געהערט פון א קריסט אז ער פילט זיך כשה אחד בין שבעים זאבים און דוקא דאס איז א ראי' לאמיתת הרלגיה?

Re: יעדער איז באלאגערט!

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 11:09 am
דורך אונטער חכם
וואלווי האט געשריבן:ווען האסטו לעצטע געהערט פון א קריסטיענט אז ער פילט זיך כשה אחד בין שבעים זאבים און דוקא דאס איז א ראי' לאמיתת הרלגיה?

ווייל כשה אחד בין שבעים זאבים איז א אידישע אויסדרוק, דארט זאגט מען "say Merry Christmas"

א ראי' לאמיתת הרעליגיע? ווער האט אזאנס געזאגט?

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 11:16 am
דורך וואלווי
דאס וואס ליטוואק שרייבט אז א יעדע גרופע איז אלס פארנומען ווי אזוי זייער קעגנער דריקען זיי אונטער, דאס איז אמת ביי אלע רעליגיעס אפילו ביי קריסטן למשל די קריסטן אין די אראבישע לענדער ווי מען רצח'ט זיי, אדער אפילו דא אין אמעריקא טענה'ן די רעליגיעזע אז זיי זענען אונטער אטאקע.

אבער גאר זיך אויף טוהן דערמיט אין ווייזען אז דאס איז די שיינקייט פון די רעליגיע דאס איז נאר ביי יודען.

Re: יעדער איז באלאגערט!

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 11:31 am
דורך אונטער חכם
ווער טוהט זיך אויף דערמיט? מען האט הנאה עס צו זאגן פונקט ווי אנדערע גרופעס

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 7:17 am
דורך יואליש
וואלווי האט געשריבן:דאס וואס ליטוואק שרייבט אז א יעדע גרופע איז אלס פארנומען ווי אזוי זייער קעגנער דריקען זיי אונטער, דאס איז אמת ביי אלע רעליגיעס אפילו ביי קריסטן למשל די קריסטן אין די אראבישע לענדער ווי מען רצח'ט זיי, אדער אפילו דא אין אמעריקא טענה'ן די רעליגיעזע אז זיי זענען אונטער אטאקע.

אבער גאר זיך אויף טוהן דערמיט אין ווייזען אז דאס איז די שיינקייט פון די רעליגיע דאס איז נאר ביי יודען.

אווענגעליסטן אין אמעריקע ווי זיי זענען פון די מאכטפולסטע פאליטישע גרופעס פרעדיגן אינערליך אז די אמעריקאנע קולטור, רעגירונג, וויסענשאפט, אינפארמאציע קוועלער איז עמד עלינו לכלותינו. ווי געשמועסט איז דאס א פסיכילאגישע מיטל צו צוזאמהאלטן די גרופע במחשבה, דיבור ומעשה. כ'האב זיך אנגעשטויסן אין א ציטאט אין יואל פינקעלמאן'ס בוך סטריקלי כשר רידינג, בלאט 29, וז"ל:

Organizing a group around a sense of cultural threat or peril helps galvanize identity and create a feeling of belonging and attachment. The threat can energize community members to respond to the challenges, engage their detractors, and defend themselves. As Christian Smith has suggested, religious communities thrive not so much despite being embattled, but because they are embattled. A community may strengthen itself by playing up the differences between itself and the culture around it in order to create a sense of threat and embattlemen. And the group might also do well downplaying the similarities between itself and the surrounding culture.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:11 am
דורך אישתישבי
אונטער חכם האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:ווען האסטו לעצטע געהערט פון א קריסטיענט אז ער פילט זיך כשה אחד בין שבעים זאבים און דוקא דאס איז א ראי' לאמיתת הרלגיה?

ווייל כשה אחד בין שבעים זאבים איז א אידישע אויסדרוק, דארט זאגט מען "say Merry Christmas"

א ראי' לאמיתת הרעליגיע? ווער האט אזאנס געזאגט?

דער יעבץ

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:21 am
דורך אישתישבי
יואליש האט געשריבן:

דאס איז דער א"ב, מאכען א שונא. אהן א שונא הייבט זיך גארנישט אהן. עיין ענימעל פארם ו1984

ביי אונז רעדט מען אייביג פין דער שלעכטער גאס, ר' אביגדור מילער אפילו, פין די קלוגערע פלעגט אויך זאגען אז די גוים טוהן אלעס דוקא, זיי הענגען אויף א גרויסע פיקטשער פין א דייניסאר ווייל זיי ווילען די זאלסט מטיל ספק זיין אין די תורה. און לעצטענס, ווען עס מערן זיך די אינערליכע טיילונגען, איז עס כמים קרים וכו', א ברכה פין הימל.

דער כלומר'שט שלעכטער גאס וואס געוועלטיגט היינט, גיבט ראש ישיבות תירוצים צו זיין משוגע שטרענג מיט בחורים, ארויסצוווארפן מענטשן סתם פאר רשעות, מיט דער אויסרייד אז די היינטיגע גאס ערלויבט מער נישט מקרב צו זיין. און אפילו אין די לעצטע עפאכע מיט די לימודי חול, קען מען הערן פון עקסטרעמע עלעמענטן, אז די איינציגסטע תקנה קעגען אינטערנעט און די נידריגע גאס איז מען זאל בכלל נישט קענען קיין ענגליש.

Re: יעדער איז באלאגערט!

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 10:32 am
דורך אונטער חכם
אישתישבי האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:ווען האסטו לעצטע געהערט פון א קריסטיענט אז ער פילט זיך כשה אחד בין שבעים זאבים און דוקא דאס איז א ראי' לאמיתת הרלגיה?

ווייל כשה אחד בין שבעים זאבים איז א אידישע אויסדרוק, דארט זאגט מען "say Merry Christmas"

א ראי' לאמיתת הרעליגיע? ווער האט אזאנס געזאגט?

דער יעבץ

דער יעבץ זאגט נישט אז דאס אז מען רודפט אונז איז א ראי', ער זאגט אז דאס וואס מיר האלטן זיך טראץ די רדיפות איז א ראי'.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 11:02 am
דורך berlbalaguleh
אין געוויסע קהילות וואקסט מען אויף מיט א באלאגערונג מענטאליטי. פון די ציונים און אגודיסטן. פון וועם נישט?!. ממילא מוז מען אנהאלטן א שיטה פון התבדלות. אפילו דער עירוב איז אויסגעטראכט געווארן דוך די פורקי עול. אראפ צו ווארפן פון זיך דעם עול פון יראת שמים...! די רבי שליט"א האט אליינס געזאגט דברים כהווייתן דעם פארגאנגענעם חול המועד...!

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 11:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס קוקען אויף יענעם? מיר אין קאווע שטיבל זענען נעבעך אויך באלאגערט דורך די אכשר דרא'ניקס. מ׳לאזט אונז נישט לעבן, מ'פאבריצירט נייע חומרות און עניינים להחיות בהם נפש כל חי. זיי האבן די גאנצע מאכט, און מיר נעבעך מוטשען זיך מיט א וועקער.

אקוראט די זעלבע זאך.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 12:02 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: ס'האט קיינער נישט געזאגט אז די אכשר דרא'ניקעס און סתם קאפ דרייערס וואוינען נאר אין איין געוויסע געגנט. אדער באלאנגען נאר צו איין געוויסע קהילה. ראה הקב"ה צדיקים שהן מועטין. עמד ושתלן בכל דור ודור. ובכל ישוב שאחינו בני ישראל הכשרים דרים בו...! אין מאנסי איז ב"ה דא בשפע פון אט די אידן. זיי גייען ארויס פון ביהמ"ד נאך שחרית אום 12 אזייגער מיטאג. און דער טאג איז נאך זייער גרויס. ס'נאך דא א פאר שעה ביז מנחה. הייבט מען אן טראכטן וויאזוי מ'קען צו העלפן פאר'ן באשעפער כביכול צו פיהרן די וועלט. פלוצלינג באמערקט מען אז די פרויען גייען מיט געפאסטע קליידער, רח"ל. אויך מיט רויטע טורבאנס אדער סנאאדס. וואס א נארמאלער מענטש וועלכער איז פארנומען על המחיה ועל הכלכלה באמערקט נישט געוויינליך.

אין בארא פארק איז געווען א גאר א וואוילער איד א ת"ח. בגן עדן תהא מנוחתו. ער איז געווען א ספעציעלער מומחה אין טרעפן אט די עוולות אקעיגן באשעפער, כביכול. הלכות התלויים בשערה. למשל ער האט שטארק מוחה געווען אקעיגן די גרויסע עוולה וואס אן איזראעלישע (שיקסע) פרוי האטציך אויפגעמאכט א מעיקאפ סטאר אויף די 13'טע עוועניו. און זי האט עס א נאמען געגעבן..."פנים יפות"...האט ער געשריבן במר ליבו....היתכן מ'נעמט אזא היייליג ספר ווי דער פנים יפות און מ'לייגט עס ארויף אויף א סטאר...אויך איז געווען א צווייטע סטאר געפיהרט דורך אן איזראעלישע פרוי וועלכע האט געגעבן העירקאטס פאר מיידלעך. וואס זי האט גערופן..."תלתלי זהב"... און ער האט מורא'דיג פארפיהרט אקעיגן דעם חילול הקודש וואס מ'נעמט א פסוק פון שיר השירים ...און מ'שרייבט עס ארויף אויף א סטאר...!

ער איז נישט דער איינציגער. למשל די הייליגע אידן וועלכע האבן געטראפן פעלערס און עוולות ביי די צייטשריפטן שטערן און שפאקטיוו, וואוינען אין מאנסי עיר הטעירעה והחסידות. (נישט נאר לעיקוואוד). און זיי האבן ב"ה נישט גערוט ביז זיי האבן אונטערגעברענגט אדער פארקריפלט די שקצים וועלכע געבן ארויס אזאלכע אפיקורסישע, גו'יאישע מאגאזינען.

אויך הרב מנשה פיליפ המכונה הרב ישראל מ. סופר שליט"א פון וויליאמסבורג עיר הקדשה איז שטענדיג עומד על המשמר. דא אקעיגן פריצות'דיגע קליידער געשעפטן אויף לי עוו. אויך אקעיגן טמא'נע איזראעלישע מיוזיק געשעפטן וועלכע פארקויפן ציוניס'טישע מיוזיק. און טוען פארסמ'ען די הייליגע יונגע מענטשן , רחמנא ליצלן מהאי דעתא. אויך איז דא געשעפטן וואס האבן זייער דיספלעי ווינדאוס באלויכטן אום שב"ק. און ער האט טאקע געווארנט מיט דעם שטרענגסטן, אויב זיי וועללן נישט חוזר בתשובה זיין. אויסער אקעיגן דעם געשעפט וואו מ'הענגט ארויס בילדער פון בגדי נשים און נעמען פון נשים, בריש גלי, רח"ל.אויף בדעפארד עוועניו. ס'זעהט אויס אז ער גייט נישט דארטן אדורך. ווייל ער ווייסט נישט פון דעם געשעפט. אדער איז דא נאך א טעם פארוואס מ'איז נישט מוחה אקעיגן דעם געשעפט. כמו שביארנו כבר במקום אחר באריכות. עיין שם...!

יא. שיער פארגעסן. די פאלשע דיני תורות מיט שוחד און עיוות הדין וואס גייען ארויס פון בית דין צדק אויף 85 דיוויזשן עוועניו. און די געפאפטע השגחות. צו דעם איז מען נאכנישט אנגעקומען...אפשר צוליעב דעם איז דא דער חרון אף, ח"ו...! מ'וועט נאך אמאל אנקומען צו דעים אויך...!

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 2:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער איד פון מאנסי, נאך זיין דאווענען, טוט זיך אן זיין קראכע הוט, דרייט די רעכטע פאה ארום די אויער (די לינקע לאזט ער פאר שפעטער), און גייט ארויס אין גאס, מיט זיין מחילה שפאצירענדיג איידעלערהייט נאך איהם. ער האט נישט קיין שום ספק אז די שכינה שרייט אויף איהם 'ישראל אשר בך אתפאר'. זיין דאווענען האט אפגעראטעוועט די וועלט פון נאך א טאג פון חרון אף, און די תכלית הבריאה קען ווייטער אנגיין.

פלוצלונג ווערט באוויזן אין פראנט פון זיין אפגעהיטענע אויגן, וואס זענען ארום גערינגעלט מיט רויטליכע פלאסטיק ברילען, וואס איין זייט האלט זיך אן מיט סקאטש טעיפ, אן עבירה מהודרת. א פרוי שמיר שדיר געדאכט, און נישט נאר א פרוי, נאר איינער וואס גייט א שייטל. יא, א צוגעדעקטע, אבער רבש"ע, ווער האט דאס מתיר געווען? אונזער איד מיט א מאנסי פאספארט האט נישט קיין שום ספק אז ווען אט די פרוי האט אנגעטוהן די שייטל, האט זי איהם אינזין געהאט. זי וויל איהם צושטערן די גלייכגעוויכט און צונעמען די מדרגות. ער פילט זיך יעצט באלאגערט, "וואס הייסט? מ׳קען שוין אין גאס אין וויזניץ אויך נישט גייען! פוי, וואס וויל זי פון מיר?"

יענער טוט נישט גאט'ס ארבעט דורך זיכער מאכן אז יעדער מענטש פיהרט זיך ווי איהם. ער טענה'ט אז יענער אטאקירט איהם פערזענליך, ער מוז זיך זעלבסט באשיצן פון די אוממאנסי פארשוינען וואס דרייען זיך אין גאס.

און דאס מיין איך 'יעדער איז באלאגערט'.