בלאט 1 פון 1

ווילן מיר טאקע פאררעכטן אונזער געזעלשאפט?

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 3:09 pm
דורך mevakesh
דעם פארגאנגענעם וואך איז די מערכה איבער עדיוקעישן פאר די היימישע מוסדות געקומען צו א ווענדפונקט , די היימישע עסקנים האבן באוויזן אדוירעך צו פיהרן א געזעץ וואס גיבט מער רעכט פאר עלטערן צו באשליסן אויב די קינדער באקומען א סעקולערן עדיוקעישן.
די פרטים איבער דעם ווערט שוין אויסגעשמועסט אין א שכינות'דיגן אשכול
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=12201
איך וויל דא ארויסברענגן א נקודה איבער דעם איבערקערעניש וואס איז על הכלל כולו יצא.
יעדער איינער צווישען אונז ווייסט גאנץ גוט אז די סעקולערע עדיוקעישן ביי אונז איז גאר שוואך. רוב המון עם וויל אז דאס זאל ווערן פארבעסערט און מען זאל מער משקיע זיין אין דעם
קומט א מענטש מאסטער און הייבט אהן צו ארבייטן אז עס זאל ווערן א שינוי אין די נושא דורך לייגן דרוק אויף די גאווערמענט צו אינפארסירן די געזעץ .
לכאורה וואלט געדארפט הערשן א שטארקע צופרידנהייט ביים עולם אז ענדליך איז דא פאטענציאל פאר א שינוי, אבער די מציאות איז בכלל נישט אזוי
ווען מען שמועסט מיט חברים הערט מען על פי רוב א גאנצע טוץ מיט טענות אויף מאסטער
ער זיכט נאר אונז אונטערצוברענגן
די עדיוקעישן איז בכלל נישט אזוי שלעכט
מען קען זיך אן עצה געבן אהן עדיוקעישן קוק אהן יודל באנדא וכו'.

די אבסורד אין דעם איז ממש הימל שרייענד וואס איז געשעהן דא? ביז א טאג צוריק האבן מיר מסכים געווען אז דא איז דא א פראבלעם

נניח אז מאסטער האט נישט קיין גוטע כוונות ,איז וואס? שמחה פעלדער האט אויך נישט אלץ גוטע כוונות

איך ווייס נישט פונקטליך ווי אנצואווייזן וואס די סיבה איז אבער עס קוקט אויס אז מיר האבן ליעב צו שרייען אז זאכן טויגן נישט אבער ווען עס איז דא א פונק פון האפענונג לויפן מיר שנעל אוועק

די נושא פון עדיוקעישן איז נאר א משל די זעלבע איז מיט א יעדע נושא

אלזא קומענדיקע מאל וואס איהר רעדט זיך אפ שרייבט עס אראפ אזוי ווען איינער וועט עפעס ארבעטן פאר אייך געדענקטס אז איהר האט טאקע געהאט דעם פראבלעם

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
און חוץ מזה, איז דאס ארועפצווינגען קיינמאל נישט די ריכטיגע דרך. ער טוט פונקט דאס וואס מ'האט געטון מיט עם... נאר די בעסטע איז ווען מען קען עס טון דורך רעדן צום אנדערן מיט פארשטאנד און איבערווייזן וכדו', ס'קען טאקע נעמען לענגער אבער דאס אעז די ריכטיגע, נארמאלע און מוצלח'דיגע וועג.

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 8:38 pm
דורך וואלווי
בן אדם האט געשריבן:און חוץ מזה, איז דאס ארועפצווינגען קיינמאל נישט די ריכטיגע דרך. ער טוט פונקט דאס וואס מ'האט געטון מיט עם... נאר די בעסטע איז ווען מען קען עס טון דורך רעדן צום אנדערן מיט פארשטאנד און איבערווייזן וכדו', ס'קען טאקע נעמען לענגער אבער דאס אעז די ריכטיגע, נארמאלע און מוצלח'דיגע וועג.


סא, די ווילסט זיך אראפ זעצען אין פארק אויפ'ן באנק און שמועס'ן וועגען דעם.

Wake me up when you get there

רוב מענטשען זענען צו באקוועם צו אריינלייגען א פינגער און קאלט וואסער צו גורם זיין א טויש, אדער זענען מיר באמת נישט בעלי יכולת צו מאכן א טויש, מילא דארף מען איינער וואס גייט צווינגען אויף דעם בלית ברירה. חוץ מזה, אונזערע מוסדות התורה וועלען זיך קיינמאל נישט ברעכען ביז מ'וועט פאר זיי נישט האלטען א גאן צום קאפ.

Unfortunately איז דאס ע"פ רוב די איינציגסטע וועג ווי אזוי ס'ארבעט. קוק אויף די סיוויל רייטס מאוומענט. Sometimes you gotta bend the rules מ'האט דארט געטוהן זאכען וואס זענען געווען קעגען די געזעץ ווען מ'האט געדארפט. Rosa Parks האט געבראכען די געזעץ (ר"ל... ) צו מאכן א סטעיטמענט, וכהנה איז געווען פיל פעלער. אפילו דר. קינג וואס איז באמת געווען מושיען של אחיו האט אויך געהאט פערזענליכע פוטער אויפ'ן קאפ, נישט אייביג גענוצט אויסגעהאלטענע מעטאדן, און אויך האט ער געהאט אייגענע אגענדעס אין אסאך ענינים. אבער די עיקר איז אז ער האט געהאט מסירת נפש פאר זיינע ברודער פשוטו כמשמעו און זיי געראטאוועט. און די זעלבע זאך איז נחום ראזענבערג, אבער דא רעדט מען נישט אויף אזא עקסטרעם, פארשטייט זיך.

ס'קען זיין אז די כלים און די כוונות שטומען נישט אייביג מיט די מטרה. אבער מאסטער ראטעוועט אונז פון די לעצטע אפציע וואס אונז האמער זיך צו ראטעווען פון אונזערע מושלים בכיפה, סיי מיט עדיוקעישן, און סיי מיט אנדערע זאכען ווי אונטערשרייבן כל מיני גזירות רעות פאר קהילות און מוסדות, און דאס איז אז א גרופע משפחות זאלען ארויס נעמען די קינדער פון מוסדות און אריינלייגען אין פאבליק סקול.

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2018 10:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בן אדם האט געשריבן:און חוץ מזה, איז דאס ארועפצווינגען קיינמאל נישט די ריכטיגע דרך. ער טוט פונקט דאס וואס מ'האט געטון מיט עם... נאר די בעסטע איז ווען מען קען עס טון דורך רעדן צום אנדערן מיט פארשטאנד און איבערווייזן וכדו', ס'קען טאקע נעמען לענגער אבער דאס אעז די ריכטיגע, נארמאלע און מוצלח'דיגע וועג.

דא קומט זייער שטארק אריין די מעשה מיט די ויכוח פון די זון און די ווינט...
https://www.youtube.com/watch?v=KqC1XDntms4

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 12:08 am
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:און חוץ מזה, איז דאס ארועפצווינגען קיינמאל נישט די ריכטיגע דרך. ער טוט פונקט דאס וואס מ'האט געטון מיט עם... נאר די בעסטע איז ווען מען קען עס טון דורך רעדן צום אנדערן מיט פארשטאנד און איבערווייזן וכדו', ס'קען טאקע נעמען לענגער אבער דאס אעז די ריכטיגע, נארמאלע און מוצלח'דיגע וועג.


סא, די ווילסט זיך אראפ זעצען אין פארק אויפ'ן באנק און שמועס'ן וועגען דעם.

Wake me up when you get there

רוב מענטשען זענען צו באקוועם צו אריינלייגען א פינגער און קאלט וואסער צו גורם זיין א טויש, אדער זענען מיר באמת נישט בעלי יכולת צו מאכן א טויש, מילא דארף מען איינער וואס גייט צווינגען אויף דעם בלית ברירה. חוץ מזה, אונזערע מוסדות התורה וועלען זיך קיינמאל נישט ברעכען ביז מ'וועט פאר זיי נישט האלטען א גאן צום קאפ.

Unfortunately איז דאס ע"פ רוב די איינציגסטע וועג ווי אזוי ס'ארבעט. קוק אויף די סיוויל רייטס מאוומענט. Sometimes you gotta bend the rules מ'האט דארט געטוהן זאכען וואס זענען געווען קעגען די געזעץ ווען מ'האט געדארפט. Rosa Parks האט געבראכען די געזעץ (ר"ל... ) צו מאכן א סטעיטמענט, וכהנה איז געווען פיל פעלער. אפילו דר. קינג וואס איז באמת געווען מושיען של אחיו האט אויך געהאט פערזענליכע פוטער אויפ'ן קאפ, נישט אייביג גענוצט אויסגעהאלטענע מעטאדן, און אויך האט ער געהאט אייגענע אגענדעס אין אסאך ענינים. אבער די עיקר איז אז ער האט געהאט מסירת נפש פאר זיינע ברודער פשוטו כמשמעו און זיי געראטאוועט. און די זעלבע זאך איז נחום ראזענבערג, אבער דא רעדט מען נישט אויף אזא עקסטרעם, פארשטייט זיך.

ס'קען זיין אז די כלים און די כוונות שטומען נישט אייביג מיט די מטרה. אבער מאסטער ראטעוועט אונז פון די לעצטע אפציע וואס אונז האמער זיך צו ראטעווען פון אונזערע מושלים בכיפה, סיי מיט עדיוקעישן, און סיי מיט אנדערע זאכען ווי אונטערשרייבן כל מיני גזירות רעות פאר קהילות און מוסדות, און דאס איז אז א גרופע משפחות זאלען ארויס נעמען די קינדער פון מוסדות און אריינלייגען אין פאבליק סקול.

אקעי, כ'האב מיך נישט גוט ארויסגעברענגט. כ'האב געמיינט צוזאגען אז דורך פי אר וועט מען אנקומען אסאך ווייטער ווי מיט צווינגען, וויל דורך צווינגען וועט עס בלייבן אן ארגיומענט און מ'וועט אייביג זוכן וועגן זיך ארויסצודרייען, משא"כ ווען ס'קומט דורך פי אר, וועט דער עולם האבן א מעגליכקייט צו זען די תועלת פון דעם, און די וויכוחים וועלן נישט צו לאנג אנהאלטן. כנלענ"ד.

נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 1:44 am
דורך וואלווי
ביזט שטארק גערעכט, אבער דאס איז נאר געזאגט געווארן בנוגע די ברייטן ציבור וואס דארפן ברענגען ברויט צום טיש יעדען איינציגסטן טאג פאר די קומענדיגע 70 יאר.

משא"כ, די מוסדות, קהילות, און עסקנים-מסורה פארזארגער'ס קיצו של יוד'ניקעס, ווי פול PR די עוורידזש מענטש איז בכלל משיג צו נוצען, קענען זיי, די מעוררים, די ב.ש. שטיק נאך בעסער עד כדי כך זיי וועלען באשאפען שולד געפילען אין די עוורי דעי פרנסה סטראגלער פאר נאר האבן א הוה אמינא פון פארקויפען די אייגענע נשמה און די נשמה פון די קומענדיגע דורות פאר'ן שטן און אפנייגן פון דרך החת"ס וכו', עיין ערך כינוס כלל ישראל.

הלואי ס'וואלט געווען אזוי ווי די זאגסט, אבער ליידער קען מען די חברה נישט טראסטן.