בלאט 1 פון 1

'טורבאן טאג' אין קרית יואל

נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 11:40 am
דורך הילל
פון קרית יואל בולעטין:

'טורבאן טאג' אין קרית יואל
קרית יואל. – טויזנטער פרויען האבן זיך נעכטען, זונטאג פר' שמיני, צאמגענומען זיך צו מחזק זיין אין זייער צניעות'דיגע קאפ-צודעק און האבן געבינדן טורבאנס איינער פאר'ן אנדערן. עס איז געווען א גוטע געפיל צו אנטון צוזאמען די טורבאנס, רעדן דערוועגן און לערנען מיט אנדערע איבער די טורבאנען און זייער וויכטיגע פלאץ אין אונזער לאקאלע מסורה. אויך פרעמדע מענטשן זענען געקומען אנטיילנעמען און אנפרובירט די פארשידענע קאלירן טורבאנס, ווי די נשים צדקניות האבן זיי ערקלערט די שיינקייט פון אונזער צניעות'דיגער טראדיציע, און אלע האבן אויסגעדרוקט הנאה און באגייסטערונג.

וואטסעפ: א גרויל! די עקלהאפטיגקייט שרייט פון די פנימ'ער... וואס פאר א רחמנות!

פעיסבוק: וויאזוי קען דאס נאך פאסירן אין 2018? פארוואס רויבט מען אוועק זייערע לוקס???? פארוואס דארפן די מאנרא ווייבלעך אויסקוקן ווי פריקען סייקאוס... וואו איז די רעגירונג (אדער א מאסטער)? סטאפ די אביוז!

אינסטעגראם: די פרויען קוקן אויס ווי מלחמה-געליטענע. נעעעעבעך!! אנטלויפט פון דעם פלאץ!!!!
---
ליין דא די נייעס
[youtube]https://youtu.be/bOr7KBjQLVc[/youtube]
---
אה, וואס, ס'רעדט זיך פון אן אנדערע סעקטע?

וואטסעפ: ווי שיין און ביוטיפול!

פעיסבוק: דאס איז ניו יארק! ווי קאלירפול, ווי אינקלוסיוו... ווי מולטי-קולטורעל!

אינסטעגראם: WOW, גארדזשעס איינס נאכ'ן אנדערן!!! איך וואלט טאטעלי אנפרובירט איינס...

נשלח: פרייטאג אפריל 13, 2018 3:06 pm
דורך איסר האטלקי
זייער א שיינער נקודה, גענוי ווי די מעשה מיט דעם רב וואס האט געזאגט פאר דעם שכן אויפן באן אז ער קומט פון אמיש-טאון.

ראובן, די גענויע פרטים זענען טאקע אינטערעסאנט צו וויסן, אבער נישט אזוי שטארק נוגע אויף למעשה ווען יעדער ווייסט אז דאס זענען די פאקטישע בליקן פון א מערהייט פון אמעריקאנער באפעלקערונג אויף אידן און אויף סיי וועלכע אנדערע קרייז.