בשעת די פאראייניגטע כוחות פון אמעריקע, ענגלאנד און פראנקרייך האבן געווארפן באמבעס אין סיריע, איז געקומען די פריידיגע נייעס אז מען האט אנגעהויבן איינשטעלן א שלום אין א שטורמישן קאמף וואס ציט זיך שוין נאנט צו זיבעציג יאר.
די רעדע איז איבער די צוויי מאכטפולע זייטן: די צייטונגען און סאטמאר. מער ספעציפיש, די ציוניסטישע צייטונגען און דער סאטמארער רבי. ווי באקאנט פאר יעדן וואס האט נאר אמאל געטון אין היסטאריע איז דאס פון די מערסט פארוויקלסטע קאמפן אין היסטאריע, עד כי כך אז מ'זאגט אז ווען ניקסאן האט געוואלט שלום מאכן צווישן די צייטונגען און סאטמארער רבי'ן האט קיסינזשער אים געזאגט: "דו וועסט שנעלער שלום מאכן אין מיטל מזרח ווי דא." אויף דעם האט זיך דער רבי געזאלט האבן אויסגעדריקט אז ניקסאן איז א טיפש וויבאלד ס'האט זיך אים געדאכט אז ס'וועט אים געלונגען, און דעריבער איז ניקסאן געווארן אן ארכי שונא פון רבי'ן און האט דירעקט ארויסגעהאלפן די מדינה בשעת'ן יום כיפור מלחמה למורת רוחו פון רבי'ן זי"ע.
בכל אופן, איז דאך באקאנט ווי פון דעם טאג וואס דער סאטמארער רבי זי"ע האט אראפגעטראטן אויף אדמת אמעריקע האבן די צייטונגען אנגעהויבן ווארפן חיצים ובליסטראות קעגן רבי'ן. ממש זיי האבן געשאסן די חיצים ובליסטראות טאג טעגליך, אז ס'איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי זיי האבן אויפגעהאלטן אזא ריזיגע ארסענאל פון חיצים ובליסטראות. בכלל ווי האבן זיי אפירגעקראצט די זעלטענע בליסטראות וואס איז שוין היינט נישטא צו באקומען. אבער קעגן רבי'ן האט מען דאס שוין אפירגעקראצט, מסתמא צוזאמען מיט די וועגענער וואס מ'האט אויסגעגראבן פון די שש מאות רכב פרעה.
די חיצים ובליסטראות איז געגאנגען טאג טעגליך, וואס ווי באקאנט האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט אז א טאג וואס די צייטונגען שרייבן נישט קעגן אים איז ער מפשפש במעשיו. ס'איז געגאנגען אזוי: איין טאג חיצים, איין טאג בליסטראות. איין טאג חיצים, איין טאג בליסטראות. וחוזר חלילה. טאמער האט דער רבי פארשטארקט זיין העלדישע מלחמה, ווי למשל ביי די פארכטיגע נשא תורה וואס די גאנצע וועלט האט געציטערט דערפון און דאס קול פון רבי'ן האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופו, איז געקומען סיי חיצים און סיי בליסטראות ביינאזאם.
רוב מענטשן האבן זיך שוין מייאש געווען אז דא גייט עפעס נאך זיין אפילו א חלום פון שלום. ווי שאקירט איז מען געווארן ווען די וואך האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צייטונגען האבן אין א זעלטענעם שריט אפגעשטעלט די חיצים ובליסטראות און באשלאסן אז אדרבה, זיי וועלן גאר ארייננעמען די חיצים ובליסטראות אנשטאט דעם רבי'ן. דאס האט געפירט צו דעם אז דער בארימטער בארדיטשובער בדורינו, דער מליצן של ישראל, ראביי יצחק פראנקפורטער ירום הודו, האט באזוכט בביתו נאוה קודש פון דער עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, דער סאטמארער רבי שליט"א. אזוי האט דער עמוד הענן געמאכט א יד אחת מיט'ן עמוד האש און באשלאסן אז מ'גייט אויפהערן זיך ווארפן חיצים ובליסטראות איינער אויפ'ן צווייטן.
דער רבי שליט"א אין דעם אינטערוויו לאזט הערן דעתו דעת תורה בפני כל העם ועדה, בשפת המדינה, אז די חרדי'שע מוסדות געבן נישט קיין עדיוקעישאן, אפילו לויט די מינימאלע פארלאנגען פון די רעגירונג. אנשטאט דעם לייגט מען אויף דעם יונגן בחור אדער יונגערמאן דעם עול הפרנסה און אזוי לערנט ער זיך אליין אויס ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין דער וועלט.
נישט אלע האבן אויפגענומען די נייעס מיט פרייד. דער בארימטער אומאפהענגיקער ארגאן פון אמעריקאנעם ארטאדאקסישן אידנטום האט אויסגעדריקט אומצופרידנהייט אז דער רבי איז משמיע קולו איבער זאכן וואס הצניעות יפה להם. אבער רוב מענטשן וואס זוכן שלום האבן זיך שטארק געפרייט דערצו.
כלל ישראל קוקט ארויס אויף ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אין די פרשה. לויט אן אומבאגרינדעטע שמועה קלערט משה גבאי צו ערלעדיגן אז קומענדיגע וואך זאל מען אויף די בלעטער פון משפחה מאגאזין ווארפן די חיצים ובליסטראות אויף ר' זלמן לייב'ן, און דערמיט ווייזן אז ער איז דער אמת'ער אויטענטישער רבי וועלכער הייבט אריין די גיפטיגע חיצים ובליסטראות.
צייטונגען שטעלן אפ חיצים ובליסטראות אין קאמף קעגן סאטמאר
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
צייטונגען שטעלן אפ חיצים ובליסטראות אין קאמף קעגן סאטמאר
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' גדליה: איך האב א שטיקל פירכא אויף דיין טעזע איבער די חיצים ובליסטראות וואס די מידיא האט געשאסן אויפ'ן סאטמאר'ער רעבי'ן. עכ"פ נישט די מענטשן וועלכע רעפרעזענטירן די מידיא קאנאלן וועלכע איהר האט דא פריער דערמאנט. ווייל דער הרב יצחק פראנקפורטער שליט"א דער עורך און פאבלישער פון עמי מאגאזין איז קיינמאל נישט געוען אנטי-סאטמאר. סיי אין זיינע רעפארטן און ארטיקלען אדער מיינונגס אויסדרוקן. אדרבה. ער האט געטון א שמיער ארבעט פאר סאטמאר, ווען ער הט מיט עטליכע יאר צוריק אראפגעלייגט מיט שיינע און גלאררייכע פארבן דעם געוועזענעם, אלעמען באקאנטן ענגליש פרינציפאל פון די בית רחל שולע..."הרב" הערץ פרענקל, שליט"א. אויסער דעם, האט ער קיינמאל נישט געשריבן קיין ארטיקל אדער רעפארטאזש וועלכע איז געווען אומגינסטיג צו סאטמאר...!
ווען דו קומסט און זאגסט מיר אז דער פארווערטס האט אויפגעהערט צו שיסן חצים ובליסטראות אויף סאטמאר. אדער אז דאס וואס איז איבערגעבליבן פונ'ם אלגעמיינער זשורנאל האט דאס געטון, ניחא. אבער הרב פראנקפורטער שליט"א איז נישט קיין שום חידוש. איך האב מורא אז אלעס בלייבט נאך ביים אלטן. טאקע איבער די לעצטיגע ענייני דיומא וועגן עדזושקעישן שרייבט דער פארווערטס גאנץ שארף אקעיגן די חסיד'ישע שטעלונג...!
ווען דו קומסט און זאגסט מיר אז דער פארווערטס האט אויפגעהערט צו שיסן חצים ובליסטראות אויף סאטמאר. אדער אז דאס וואס איז איבערגעבליבן פונ'ם אלגעמיינער זשורנאל האט דאס געטון, ניחא. אבער הרב פראנקפורטער שליט"א איז נישט קיין שום חידוש. איך האב מורא אז אלעס בלייבט נאך ביים אלטן. טאקע איבער די לעצטיגע ענייני דיומא וועגן עדזושקעישן שרייבט דער פארווערטס גאנץ שארף אקעיגן די חסיד'ישע שטעלונג...!