בלאט 1 פון 14

האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 4:01 am
דורך אונטער חכם
מפי השמועה הער איך אז האדמור מבעלזא שליטא וועט וויילן אויף קומענדיגן לג העומר און שבת פרשת בהר אין מאנטרעאל.
דאס קומט נאך וואס פאראיאר אויף לג בעומר איז דער רב געווען אין לאנדאן ,דאס ערשטע מאל אין יארן לאנג וואס ער איז געפארן אויף א שבת אין חוץ לארץ.

אינטערעסאנט וואס איז פשט אז ער פארט שוין צום צווייטן מאל אויף א שבת אין חו"ל נאך יארן לאנג וואס ער האט נישט געמאכט אזעלכע נסיעות.

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 9:05 am
דורך אישתישבי
ער האט פארלוירן וואג און פילט שוין אביסל בעסער.

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 11:51 am
דורך תורה ומדע
א בעלזער חסיד זאגט מיר לעצטענס אז דער רב שליט״א האט זיך מונע געווען פון פאהרען ארום די וועלט צו די חסידים כ״ז די מוטער זיינע ע״ה האט געלעבט און געווען זייער שוואך.

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 12:31 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
*ברעקינג* מ׳האט פארקויפט די זכות פון דרייוען די בעלזער רב אין מונטריאל אין *עקיבא קרוגר *האט עס געקויפט פאר די פרייז פון *250,000*$ מער וויפיל די רב׳ס קאר פון ארה״ק מיט מונטריאל צוזאמן קאסט

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 5:47 pm
דורך שבת אחים
תורה ומדע האט געשריבן:א בעלזער חסיד זאגט מיר לעצטענס אז דער רב שליט״א האט זיך מונע געווען פון פאהרען ארום די וועלט צו די חסידים כ״ז די מוטער זיינע ע״ה האט געלעבט און געווען זייער שוואך.




כאילו ער האט באדינט זיין אלטען נאמען, און איז נעבעך געוועהן צוגעבינדן צו איר בעט... ווער האט אכטונג געגעבן אויף די אלטע מאמע ווען די רב איז געפארן אויף דאטשע קיין טלזסטון אדער ווייסאיךוואו? מהאט מיטגעשלעפט די אלטע רבנית?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם האט געשריבן:מפי השמועה הער איך אז האדמור מבעלזא שליטא וועט וויילן אויף קומענדיגן לג העומר און שבת פרשת בהר אין מאנטרעאל.
דאס קומט נאך וואס פאראיאר אויף לג בעומר איז דער רב געווען אין לאנדאן ,דאס ערשטע מאל אין יארן לאנג וואס ער איז געפארן אויף א שבת אין חוץ לארץ.

אינטערעסאנט וואס איז פשט אז ער פארט שוין צום צווייטן מאל אויף א שבת אין חו"ל נאך יארן לאנג וואס ער האט נישט געמאכט אזעלכע נסיעות.

ווייל איש את רעהו און ימים ידברו דארפן זיין ביזי. זיי האבן שוין לאנג נישט געשריבן קיין דברי נאצה. מ'דארף זיך מרחם זיין אויף זיי און זיי געבן א ביסל ארבעט...!

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2018 12:24 am
דורך שמעון וואלף
די געפארעכץ קיין לאנדאן און מאנטריאל איז אן הכנה צום נסיעה קיין ניו יארק איבערעס יאר אדער צוויי יאר ארום.
איך הער אז מ'רישט זיך אויף 4-5,000 טויזענט געסט אויף שבת אין מאנטריאל. ווער רעדט נאך ווען ער וועט קומען אויף ניו יארק ווי ער פארמאגט איין פון די גרעסטע קהילות וועלן די בעלזע איבער נעמען די טריי סטעיט עריע. דאס וועט זיין אזאנס און אזעלעכס

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2018 1:02 am
דורך אונטער חכם
איך מיין גראדע אז ער האט נישט צופיל אין ניו יארק, איך בין נישט זיכער אז ער האט דא מער מענטשן ווי אין מאנטרעאל.

עס הייסט יעצט אז די סאטמארער ישיבה גדולה וועט ארויספארן אין קאנטרי אויף שבת צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן.

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2018 10:22 am
דורך יוסף יוזפא
שבת אחים האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:א בעלזער חסיד זאגט מיר לעצטענס אז דער רב שליט״א האט זיך מונע געווען פון פאהרען ארום די וועלט צו די חסידים כ״ז די מוטער זיינע ע״ה האט געלעבט און געווען זייער שוואך.




כאילו ער האט באדינט זיין אלטען נאמען, און איז נעבעך געוועהן צוגעבינדן צו איר בעט... ווער האט אכטונג געגעבן אויף די אלטע מאמע ווען די רב איז געפארן אויף דאטשע קיין טלזסטון אדער ווייסאיךוואו? מהאט מיטגעשלעפט די אלטע רבנית?

1. אפאר גוטע יאהר איז די בעלזע רב נישט געפארן קיין טעלז צוליב די סיבה.
2. קוק נאך, פון ווען זי איז אוועק פארט ער מער קיין טעלז, און ער פארט קיין חו"ל נאך צוואנציג יאהר וואס ער איז נישט געפארן.

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2018 11:20 am
דורך cictim
שמעתי אזויווי מ'דארף דרינגענד א נייע חיידר אין בעלז ב"פ, האט ער זיי געזאגט אז ער קומט נישט קיין אמעריקע ביז די חנוכת הבית פון די חיידר.

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2018 7:24 pm
דורך אישתישבי
בקיצור, ער האט זיי געזאגט אז ער קומט נישט. און טאמער זיי וועלען זאגן, בלייב דארט? כאילו אלע חסידים חלש'ן ער זאל דא קומען.

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2018 8:29 pm
דורך לבי ובשרי
אבער פארוואס האט דווקא מאנטריאל זוכה געווען? גייט דארט פארקומען עפעס ספעציעל ווי א חנוכת הבית וכדומה?

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2018 8:42 pm
דורך לחיים ולברכה
לבי ובשרי האט געשריבן:אבער פארוואס האט דווקא מאנטריאל זוכה געווען? גייט דארט פארקומען עפעס ספעציעל ווי א חנוכת הבית וכדומה?

צוליב וואס די ווינטער האט מען נישט געלזט די חסידים גיין צו עפעס א רביס טיש, בבחינת אין אנשי שלומינו משתתפים

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:48 am
דורך cictim
'בחדרי חרדים':
מאז שנת תשנ"ז לא ביקר הרבי בקנדה בקרב חסידיו המתגוררים במקום. כעת עשרים שנה אחרי הביקור האחרון יגיע הרבי לביקור במונטריאול לרגל חנוכת הבניינים המפוארים של המוסדות שנפתחו בחורף האחרון בניין הישיבה קטנה וכן הנחת אבן הפינה לבניין התלמוד תורה.

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 9:12 am
דורך איסר האטלקי
cictim האט געשריבן:'בחדרי חרדים':
מאז שנת תשנ"ז לא ביקר הרבי בקנדה בקרב חסידיו המתגוררים במקום. כעת עשרים שנה אחרי הביקור האחרון יגיע הרבי לביקור במונטריאול לרגל חנוכת הבניינים המפוארים של המוסדות שנפתחו בחורף האחרון בניין הישיבה קטנה וכן הנחת אבן הפינה לבניין התלמוד תורה.

צוואנציג יאר איז ער שוין אויך נישט געווען אין אמעריקע.

די אבן הפינה איז א סוד, דער רב ווייסט נאכנישט דערפון. ער וויל נישט מ'זאל בויען קיין נייע בנינים מורא האבנדיג עס וועט זיך ענדיגן ווי אין ב'פ וואו מ'בויט שוין פאר פופצן יאר אן קיין פרוטה צו ענדיגן. מען גייט אים אויסזאגן אין מאנטרעאל.

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 10:11 am
דורך cictim
תשנ"ט איז ער געווען אויף ל"ג בעומר אין ב"פ, לעצטע יאר ל"ג בעומר אין לאנדאן, אין די יאר אין מאנטריאל. זעהט אויס ער האט מורא צו זיין אין א"י ל"ג בעומר, אפשר וועגן די חתם סופר.

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 10:13 am
דורך אישתישבי
איסר האטלקי האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:'בחדרי חרדים':
מאז שנת תשנ"ז לא ביקר הרבי בקנדה בקרב חסידיו המתגוררים במקום. כעת עשרים שנה אחרי הביקור האחרון יגיע הרבי לביקור במונטריאול לרגל חנוכת הבניינים המפוארים של המוסדות שנפתחו בחורף האחרון בניין הישיבה קטנה וכן הנחת אבן הפינה לבניין התלמוד תורה.

צוואנציג יאר איז ער שוין אויך נישט געווען אין אמעריקע.

די אבן הפינה איז א סוד, דער רב ווייסט נאכנישט דערפון. ער וויל נישט מ'זאל בויען קיין נייע בנינים מורא האבנדיג עס וועט זיך ענדיגן ווי אין ב'פ וואו מ'בויט שוין פאר פופצן יאר אן קיין פרוטה צו ענדיגן. מען גייט אים אויסזאגן אין מאנטרעאל.


שתי תשובות בדבר, מען האלט פין אים נישט קיין סודות.

ועוד, אפילו אויב יא, האט מען אים שוין מגלה געוועהן פין הימל. סטייטש, ער ווייסט ווען יא צו אפערירן און ווען נישט, אבער א פשוט'ע זאך ווי מען בויט זיינע מוסדות ווייסט ער נישט?

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 10:17 am
דורך איסר האטלקי
cictim האט געשריבן:תשנ"ט איז ער געווען אויף ל"ג בעומר אין ב"פ, לעצטע יאר ל"ג בעומר אין לאנדאן, אין די יאר אין מאנטריאל. זעהט אויס ער האט מורא צו זיין אין א"י ל"ג בעומר, אפשר וועגן די חתם סופר.

קיין מירון פארט ער סיי ווי נישט קיין יאר.

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 10:54 pm
דורך בת קול
אונטער חכם האט געשריבן:איך מיין גראדע אז ער האט נישט צופיל אין ניו יארק, איך בין נישט זיכער אז ער האט דא מער מענטשן ווי אין מאנטרעאל.


אין בארא פארק אליין האט ער דריי מאל אזויפיל מענטשן ווי אין מאנטריאל. נישט אריינגערעכנט מאנסי און לעיקוואד.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 4:12 pm
דורך גוטע איד
photo_2018-04-18_12-23-06.jpg
photo_2018-04-18_12-23-06.jpg
photo_2018-04-18_12-23-06.jpg
photo_2018-04-18_12-23-06.jpg

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
גוטע איד: ביטע זיי מסביר וואו די פיקטשערס זענען. בארא פארק, 38סטריט. אדער מאנטריאל...?!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 3:39 pm
דורך סמבטיון
מאנטריאל, ווי די טישן גייען פארקומען

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 2:52 pm
דורך אישתישבי
אכט טויזענט געסט