בלאט 1 פון 1
פארווייטאגטע חינוך פרשה אין אנטווערפען
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 2:18 pm
דורך מודים-דרבנן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=lboI6XRvaG4[/youtube]
https://m.youtube.com/watch?v=lboI6XRvaG4עולם הפוך ראיתי: אין אנטוורפן האט מען יעצט נאך פסח ארויס געווארפען א סאך קינדער וועגן שכר לימוד פראבלעמען אבער נאר פון די לימודי קודש!!!
מען איז זיך אבער יא מוסר נפש צו האלטען די זעלבע קינדער, אבער נאר פאר די גע׳אסרטע לימודי ליב"ה וואס לויט האדמו"ר מפשעווארסק און מחזיקי הדת רב רבי אהרון שיף שליט"א איז עס ביהרג ואל יעבור!
עולם הפוך ראיתי!
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 2:45 pm
דורך יעקב מענטש
א רחמנות
לימודי ליבה
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 2:46 pm
דורך מודים-דרבנן
נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
דער איד איז ליידער גערעכט. ער שרייט פון הארצ ווייטאג. זיין נקודה איז אז דער רב איז א פרומער. אבער ער וועט נישט העלפן א איד אין אן עת צרה. אינטרעסאנט איז אז דאהי אין אמעריקע איז די עיקר פראבלעם מיט ישיבות און תלמידים נישט איבער פינאנציעלע זאכן. נאר איבער רוחניות וקדושה...און היפאקריטישקייט פון די אנפיהרערס פון די מוסדות...! לאידך גיסא. קען א מוסד נישט האלטן קינדער אינגאנצן אן שכר לימוד... האט דער רב געזאגט. דו קענסט גיין צוזאמשטעללן געלט פאר שכר לימוד פאר דיינע קינדער. איך געב צושטייער א הונדערטער...! אבער דער איד איז פארווייטאגט...! דארף מען איהם טאקע זעהן צו העלפן...!
שכר לימוד פראבלעמען אין שפיכת דמים פין די קינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 5:02 pm
דורך מודים-דרבנן
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 5:24 pm
דורך יעקב מענטש
ס'איז מיר אינטערסאנט צו וויסן, אויב די route פון גיין פאבליק, און נעמן שאולזאן האט שוין אמאל געהאלפן איינעם.
איך בין קיינעם נישט דן, און איך פארשטיי אז זיין צער איז אומבאשרייבליך, אבער איך זעה נישט וויאזוי צושמירן אויף ק"ש אדער נעמן שאולזאן זאל ברענגן זאכליכע רעזולטאטן.
ה' יעזור, מיין הארץ גייט אויס פאר אים, ווי ווייט איך ווייס עקזעסטירט נישט אזא זאך אין די וויליאמסורגע מוסדות (אלע חסידות)
Re: פארווייטאגטע חינוך פרשה אין אנטווערפען
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:58 pm
דורך קפה נמס
איך מיין אז ווער עס הערט עס קלאר אויס פארשטייט אליין דעם צווייטן צד.
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
יעקב מענטש האט געשריבן:ס'איז מיר אינטערסאנט צו וויסן, אויב די route פון גיין פאבליק, און נעמן שאולזאן האט שוין אמאל געהאלפן איינעם.
איך בין קיינעם נישט דן, און איך פארשטיי אז זיין צער איז אומבאשרייבליך, אבער איך זעה נישט וויאזוי צושמירן אויף ק"ש אדער נעמן שאולזאן זאל ברענגן זאכליכע רעזולטאטן.
ה' יעזור, מיין הארץ גייט אויס פאר אים, ווי ווייט איך ווייס עקזעסטירט נישט אזא זאך אין די וויליאמסורגע מוסדות (אלע חסידות)
יעקב מענטש: איך ווייס צוויי מעשיות פערזענליך (איך האב געקענט די מענטשן.) איינס ביי סאטמאר'ע רבי זצ"ל. הדברי יואל. און די צווייטע מעשה ביי דעם אלטן מאטערסדארפער רב זצ"ל. ס'איז געקומען א טאטע און זיך באקלאגט אז זיין מצב הפרנסה איז שווער. און ער קען יעצט נישט באצאלן שכר לימוד פאר זיינע קינדער. האבן ביידע צדיקים אין פארשידענע אנדערע צייטן געזאגט די זעלבע זאך...דו שיק דיינע קינדער אין חדר. זארג נישט וועגן שכר לימוד. ווען דו וועסט קענען וועסטו באצאלן...!
דאהי איז דא א מוסד וועלכער באשטייט לכה"פ די העלפט פון בנש"ק'לעך. (מיט די ריכטיגע הייליגע נעמען). דו האסט א הווה אמינא אז זיי צאללן איין פרוטה שכר לימוד...און דער מוסד עקזיסטירט, ב"ה אויף ביידע באקן. א ביסל געט דער גוטער פעטער. און א ביסל שנארט מען צו. און ס'פארט א באן...זיי האבן נישט קיין הווה אמינא צו גיין באנקראט, ח"ו...!