בלאט 1 פון 1
בלומינגבורג געלאזט אויפ'ן וואסער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 4:09 pm
דורך [NAMELESS]
יונגעלייט האבן ארויסגעמופט צו בלומינבערג וויסענדיג אז מ'האט זייער בעק צו העלפען מיט אלעמען. מ'האט זיי צוגעזאגט גאלדענע גליקן. גייט דורך אפאר יאהר און מ'האט זיי פארלאזט. קודם האט מען געשניטן כולל פון די צוגעזאגטע 1200 צו 700, און יעצט דאס אויך נישט. די מוסדות זענען א חורבן, אלע געברויכן זענען שרעקליך, אבער ב''ה אז די ילדי צרפת זענען מסודר.
Re: בלומינגבורג געלאזט אויפ'ן וואסער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 4:19 pm
דורך אונטער חכם
בייזער דיך נישט אזוי, פאר די ילדי צרפת געט מען אויך נישט. [emoji6]
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 5:20 pm
דורך יעקב מענטש
זייער פראבלעם איז, אז היינט זענען שוין פאראן בעסערע אפציעס אין מער עסטעבלישד געגענטער פאר די זעלבע פרייז, אן דארפן דורכגיין די חבלי לידה.
4 יאר צוריק ווען זיי זענען געווען די איינציגסטע אויפן מארקעט, און געהאט א אינוועסטאר מיט געלט, וואלטן זיי זיך גרינגער געקענט מסדר זיין.
חבל
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 5:29 pm
דורך טאמבל סאס
די אומגעהויערע בזיון האדם צו שרייבן אזא צעטל מיט א פענע און אפילו נישט געפינען פאר וויכטיג אונטערצושרייבן א נאמען. סתם אזוי 'עסקני הכולל'. ברררר כ'האב שוין פארגעסן די הנהגה..
Re: בלומינגבורג געלאזט אויפ'ן וואסער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 6:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט באמערקט די דאטום? דער זמן הייבט זיך געווענדליך אן ר"ח אייר, ביז כ"ח ניסן האבען זיי דאס נישט געטראפען פאר וויכטיג צו מעלדען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:37 pm
דורך אישתישבי
שוין, ביז דעמאלט האט מען פראבירט, און ביז מען האט איינגעזעהן אז עס גייט נישט.
וויפיל משפחות וואוינען דארט היינט?
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:39 pm
דורך לחיים ולברכה
חתם סופר האט געשריבן:יונגעלייט האבן ארויסגעמופט צו בלומינבערג וויסענדיג אז מ'האט זייער בעק צו העלפען מיט אלעמען. מ'האט זיי צוגעזאגט גאלדענע גליקן. גייט דורך אפאר יאהר און מ'האט זיי פארלאזט. קודם האט מען געשניטן כולל פון די צוגעזאגטע 1200 צו 700, און יעצט דאס אויך נישט. די מוסדות זענען א חורבן, אלע געברויכן זענען שרעקליך, אבער ב''ה אז די ילדי צרפת זענען מסודר.
נו דאס האט דאך די רעבע געוואלט, אז דער עולם זאל גיין ארבעטן.... נישט געוואלט קיין כולל....
א ארגינעלע אויסגעארבעטע סאטמארע שטעטל
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:40 pm
דורך לחיים ולברכה
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 12:05 am
דורך שמעון וואלף
טאמבל סאס האט געשריבן:די אומגעהויערע בזיון האדם צו שרייבן אזא צעטל מיט א פענע און אפילו נישט געפינען פאר וויכטיג אונטערצושרייבן א נאמען. סתם אזוי 'עסקני הכולל'. ברררר כ'האב שוין פארגעסן די הנהגה..
די צווייטע חלק ביסטי גערעכט אבער לגבי שרייבן מיט א פענע פארשטיי איך נישט דיין טענה. טאמער האט ער נישט קיין קאמפיוטער מיט א פרינטער מוז ער זיך איינבעהטן ביי א צווייטן אים צו טון א טובה?
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 1:58 pm
דורך סקרן
לחיים ולברכה האט געשריבן:
מ'באקומט א עקסטערע שלום אליכם טאמער איז מען פון אנ"ש?
נעקסט טיים מיש עס אויס קיינער וועט נישט וויסן וויפיהל פרעמדע ס'וואונען דארט
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 5:45 pm
דורך לאקש
>]
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 5:46 pm
דורך לחיים ולברכה
סקרן האט געשריבן:לחיים ולברכה האט געשריבן:[
מ'באקומט א עקסטערע שלום אליכם טאמער איז מען פון אנ"ש?
נעקסט טיים מיש עס אויס קיינער וועט נישט וויסן וויפיהל פרעמדע ס'וואונען דארט
די ווייסט נישט אז אין סאטמאר איז מען נאר מקרב די פרעמדע?
ראה ערך: ילדי צרפת / יהדות יוצאי בוכארא / פלג הירושלמי / שקל הטהור / ועוד ועוד
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 5:47 pm
דורך לחיים ולברכה
לאקש האט געשריבן:סקרן האט געשריבן:לחיים ולברכה האט געשריבן:[i
מ'באקומט א עקסטערע שלום אליכם טאמער איז מען פון אנ"ש?
נעקסט טיים מיש עס אויס קיינער וועט נישט וויסן וויפיהל פרעמדע ס'וואונען דארט
ווי זענען אהין געקומען די אנדערע 4 פונעם צעטל?
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 5:50 pm
דורך לאקש
לחיים ולברכה האט געשריבן:לאקש האט געשריבן:סקרן האט געשריבן:לחיים ולברכה האט געשריבן:[i
מ'באקומט א עקסטערע שלום אליכם טאמער איז מען פון אנ"ש?
נעקסט טיים מיש עס אויס קיינער וועט נישט וויסן וויפיהל פרעמדע ס'וואונען דארט
ווי זענען אהין געקומען די אנדערע 4 פונעם צעטל?
איך האב געלייגט א וועכנטליכע צעטל און די א חודשליכע
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 8:36 am
דורך בן ישי
די וואך זונטאג נאכט איז פארגעקומען אין בלומינגבורג א מסיבה לטובת כולל בני ירושלים אין די שטאט בית שמש אין די צייט וואס זייער לאקאלע כולל איז פארשלאסן!
(דערמאנט אביסל פון די קאמפיין צו ראטעווען ילדי צרפת אין די צייט וואס די לאקאלע שכר לימוד איז ארויף...)
נשלח: זונטאג יולי 29, 2018 5:40 am
דורך בן ישי
.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 4:40 pm
דורך signout
פארוואס מופן זיי אוועק?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:49 am
דורך שלמה המלך
יא יא אזוי קיקט עס אויס וועט בא'עול'ט מענטשן און מ'לאזט ניטאמאל שרייען געוואלד!
איי וועלט האט געפאמפעט און געפאמפעט דעם בלומינגבורג מיט אן אגענדע, ווער עס האט פרובירט צו זאגען די ווארהייט אדער אויסשמועסן די ריכטיגע מהות וואס גייט פאר דארט, כדי מענשטען זאלן וויסען, אדער מ'זאל קענען פאררעכטן וכדו' איז זיין תגובה געווארען פארמעקט בעסטענספאל געשניטן און פארדרייט! - און האט מען זיך געוואגט פרובירן נאכאמאל איניסענטלי שרייבען אפילו אויף נארמאלער שטייגער אבער נישט גענייגט לטובת די פירערשאפט דארט איז מען געווארן אינגאנצען אויסגעשלאסען!
מער ווי איינמאל האב איך מיטגעהאלטן ווי מענשטען האבן פשוט פרובירט זיך אויסשמועס'ן אויסליפטערן דעם פשוט'ע פאקטן וכדו' אבער דער שטארקער (שלעכטער) צענזור האבען יעדען אנגעבראכען די ביינער.
אבער וואס זאל איך זאגען - גאט ברוך הוא פירט די וועלט - פון גיטע מענטשען קומט ארויס גיטע זאכען ומרשעים יצא רשע...
חלילה איך פסק'ן נישט אז דאס קומט זיי אדער זיך פרייען מיט זייער מיאוס'ן דורכפאל - אבער והחי יותן אל לבו! מ'קעו נישט טוהן מיט מענטשען וואס מען וויל - די צייט קימט אן פאר יעדען!
איך בין נישט קיין סאטמארער פון די אנדערע פארטיי וואס גייט מיך אן די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מיט לעיבער והמסתייף- עבסעלוטלי נישט- אבער עס איז געוועהן נאך פארשידע פראקציעס וואס האבען געוואלט מיט שטיין מיט בלומינבורג און ארויסהעלפן כלל ישראל מיט די אויפבלי פון א נייע און בעסערע וואוין ארט פאר כלל ישראל, אבער די עולה'ס דארט איז געוועהן געפערליך והעולה על כלנה אז מ'האט ניטאמאל געלאזט קרעכצען!
און שעים אן יו אייוועלט!!! פאר זיין אזוי נידריג אין צענזטרירן מיט אגענדעס יעדעס אשכול דארט! מילא מען צענזורירט פאר אידישקייט, מעג יעדער האבען זיין דעה געזינטערהייט אבער סתם פאר גרויליקע פוליטיק און אייגענע איגויאיסטישע שלעכטע מדות ביסטו ביטער דורעךגעפעלן!!!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:16 pm
דורך calculator
But what was the problem?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:29 pm
דורך טמיר
די מיליאן דאלאר קאמפיין גייט נאך אהן מיטן פילסטן קראפט
זייטס נישט קיין צועק לשעבר
נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2018 4:35 am
דורך calculator
ווי גייט גיין די געלט אויב די מוסדות שפארן צו?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 9:41 pm
דורך אנדרייער
SatmarHQ: Due to the fast growth of Mosdoseiny Hk' in Kiryas Yetev Lev, Rabbiny Shlita extended the Hanhulas HaMoised with local Toishvim
SatmarHQ: R' Yoel Shtultzberg, R' Yoel Folkowitz, R' Eiziel Fleishman, R' Zeida Yisroel Chaim Berkowitz, and R' Moshe Yitzchok Weiser.
יעצט געמאלדן אויף זייער טוויטער פעידזש.
עס וואקסט און עס בליעט ב"ה.
זיי האבן שוין קרוב צו 200 משפחות.
Re: בלומינגבורג געלאזט אויפ'ן וואסער
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2019 2:26 am
דורך moneyminded
געהערט אז די מלמדים פלאנען א פרישע סטרייק נאכן נישט באקומען 16 וואכן קיין וועיזשעס
די מלמדים האבן אהיים געשיקט פרישע צעטלעך מיט די קינדער זיך בעטענדיג בתחנינום אז די געלט וואס מען צאלט שכר לימוד גייט פאר די הנהלה אין טאש און אז די עלטערן זאלן באצאלן דירעקט צום מלמד
Sent from my SM-G960U using Tapatalk