בלאט 1 פון 1
באבע בוש איז נפטר געווארן
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:00 pm
דורך ליפא
בארבארא בוש די פרוי פונעם ערשטן פרעזידענט בוש און מוטער פון געוועזענע פרעזידענט דזש. W בוש און געוועזענע פרעזידענט קאנדידאט דזשעב בוש איז נארוואס נתבקש געווארן. זי איז געווען 92 יאר
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:12 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
אשת אנטיסעמיט כאנטיסעמיט
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
זי איז געווען א קלוגע פרוי. ווען איהר צווייטער (אדער דריטער) זוהן איז געלאפן אין די רעפובליקאנער פריימעריס אקעיגן דאנאלד טראמפ, האט זי געזאגט אז זי האלט אז ער זאלל נישט אריינגיין אין דעם פרעזידענטליכן פארמעסט. ווייל די בוש'ס זענען שוין צופיהל אין די פאבליק'ס אויגן. ס'זעהט אויס זי האט מורא געהאט פאר אן עין הרע...!
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 9:14 pm
דורך קאצקע ציקער
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:אשת אנטיסעמיט כאנטיסעמיט
אמא של אוהב ישראל כאוהב ישראל
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
א שופר איז א שופר: ערשטנס דער טאטע בוש איז נישט קיין אנטיסעמיט. ער האט אפשר נישט אזא ווארים הארץ פאר אידן ווי זיין זוהן. אבער ר'איז נישט קיין שונא ישראל...! ועוד. ס'איז שוין געווען אין די היסטאריע אז דער מאן איז געווען אן עכטער שונא ישראל און זיין ווייב און דער זוהן דער בן יחיד זענען געווען פיינע מענטשן...! הענרי פארד, ימ"ש איז געווען א וויסטער שונא ישראל. (די יודעי דבר און היסטארישע פארשער ברעכן זיך די קעפ צו פארשטיין פארוואס ער איז געווען אן אנטיסעמיט) און זיין ווייב איז געווען א פיינע פרוי וועלכע האט איהם אייביג געזאגט מוסר פארוואס ער האט פיינט יודן. און זיין איינציגער זוהן עדסעל איז ממש קראנק געווארן פון דעם. ער האט אויך איינגעטענה'ט מיט זיין טאטן אז ער זאלל אויפהערן פיינט צו האבן אידן...!
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 10:05 pm
דורך שבת אחים
ר׳ בערל ער איז באוויסט געוועהן אלץ א גרויסער אנטיסמיט. און אין זיין קאבינאט האט ער געהאט אפענע אנטיסמיטן א שטייגער ווי דזשעימס בעיקער.
זיין טאטע אדער זיין זיידע איז געוועהן א שותף און א נאנטע משפחה-פריינד מיט דעם בארימטן אנטיסמיט הענרי פארד ימ״ש.
Re: באבע בוש איז נפטר געווארן
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 1:35 am
דורך אונטער חכם
לכאורה האט כמעט יעדער אכציג יעריגער אמעריקאנער גוי א זיידע אן אנטיסעמיט
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 6:24 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
איך רעד נישט פון איהר זוהן, איך האב געמיינט איהר מאן, אן אפענער און אומפארשעמטער רשע. איך האב נישט לאנג צוריק געזעהן א דאקעמענטרי וועגען איהם ווי מענטשעין און אפי סענאטארען וועלעכע געדענקען איהם אלץ וויצע פרעסידענט פלעגען זיך ווינדערען אפי פרעזידענט רעגען אויך, האט זיך געווינדערט, ווען ביי זיצונגען פלעגט ער אסאך מאהל זיין דער איינציגער וועלעכע פלעגט אפען אן א בושה העצין אנטקעגן די איד'ן עס זענען דא זעליכע וועליכע געדענקען איהם נאך אלץ סאלדאט נאך אלץ אינגער שונא ישראל.
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 11:46 am
דורך שבת אחים
אונטער חכם האט געשריבן:לכאורה האט כמעט יעדער אכציג יעריגער אמעריקאנער גוי א זיידע אן אנטיסעמיט
אמת! אבער נישט קיין שותף און פערזענליכע פריינד מיט הענרי פארד-היטלערס רבי.
צווייטענס ער האט עס אנגעהאלטן, ער אליינס האט פיינט געהאט אידן.
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 5:10 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
ליפא האט געשריבן:בארבארא בוש די פרוי פונעם ערשטן פרעזידענט בוש און מוטער פון געוועזענע פרעזידענט דזש. W בוש און געוועזענע פרעזידענט קאנדידאט דזשעב בוש איז נארוואס נתבקש געווארן. זי איז געווען 92 יאר
זי איז נישט נפטר געווארען, זי איז געשטארבען. א איד ווערט נפטר א גוי שטארבט. איהר מאן איז אבער אנדערש ער וועט נישט נפטר ווערען און נישט שטארבען. ער גייט פגר'ן
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 5:17 pm
דורך ליפא
זי איז נאך עני טיים אזא איד ווי סטיוו האקינג. העי ביזט א יושב חושך?... איך בין אויפגעקלערט!
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 7:32 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
ליפא האט געשריבן:זי איז נאך עני טיים אזא איד ווי סטיוו האקינג. העי ביזט א יושב חושך?... איך בין אויפגעקלערט!
רעד נישט צופיל מען גייט באלד זעהן ווי אויפגעקלערט דו ביזט
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:29 pm
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:זי איז נאך עני טיים אזא איד ווי סטיוו האקינג. העי ביזט א יושב חושך?... איך בין אויפגעקלערט!
וואס האט זי געטוהן פאר די וועלט? גארנישט! וואס פארא פארגלייך צו סטיווען האקינג די וועלטס בארימטע פיזיקער, סייענטיסט, מחבר. ממש פון די קלוגסטע באשעפנישן וואס האבן אמאל געלעבט אויף דער וועלט. וואס האט באבע בוש איבערגעלאזט? א זוהן א טיפוש וואס האט אונז אריינגעפירט אין אומזיסטיגע מלחמות און אומגעברענגט לכה״פ צעהן טויזנט אמעריקאנע סאלדאטן? און איר מאן׳ס משפחה זענען געוועהן גרויסע אנטיסמיטן.
די טראמפ מענשטען זענען דאך אינגאנצן נישט נארמאל. כהאב נישט קיין טענות צו דיר אויב ביסטו א חסיד פון דעם בהמה.
“George Carlin used to call her the “silver douchebag
ער האט א גיטע שטיקל ווי ער מאכט פון זיי ליצי ליצנות.
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:33 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: אז דו ברענגסט א ראיה לדבריך פון דזשארדזש קארלין, דאמאלס האטציך אלעס אויפגעהערט. קענסט אויכעט ברענגען א ראיה פו קארל מארקס. און אנדערע באמס...!
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:ליפא האט געשריבן:זי איז נאך עני טיים אזא איד ווי סטיוו האקינג. העי ביזט א יושב חושך?... איך בין אויפגעקלערט!
וואס האט זי געטוהן פאר די וועלט? גארנישט! וואס פארא פארגלייך צו סטיווען האקינג די וועלטס בארימטע פיזיקער, סייענטיסט, מחבר. ממש פון די קלוגסטע באשעפנישן וואס האבן אמאל געלעבט אויף דער וועלט. וואס האט באבע בוש איבערגעלאזט? א זוהן א טיפוש וואס האט אונז אריינגעפירט אין אומזיסטיגע מלחמות און אומגעברענגט לכה״פ צעהן טויזנט אמעריקאנע סאלדאטן? און איר מאן׳ס משפחה זענען געוועהן גרויסע אנטיסמיטן.
“George Carlin used to call her the “silver douchebag
איך מיין אז דו זאלסט איבערליינען די שמועס ביז אהער.
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:39 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: אז דו ברענגסט א ראיה לדבריך פון דזשארדזש קארלין, דאמאלס האטציך אלעס אויפגעהערט. קענסט אויכעט ברענגען א ראיה פו קארל מארקס. און אנדערע באמס...!
איך ברענג נישט קיין שום ראי׳ פון דזשארזש קארלין. איך בין מיך אליינס מסביר פארוואס איך האב קאנטעמפט פאר די בוש׳ס. זיי האבן אריינגעלייגט אמעריקע טיעף אין דער ערד אריין. און איך זאג צום סוף דרך אגב קארלין האט א גיט שטיקל קאמעדי אויף זיי.
חוץ מזה דזשארדזש קארלין איז שוין גארנישט קיין באם. און קארל מארקס אויך נישט. זיי זענען ביידע געוועהן גאר קלוגע מענטשען. א באם מיינט עפעס אנדערש! דעס דיסקרייבט נישט וואס קארלין און מארקס זענען געוועהן. חוץ אז דו האסט עס נאר געזאגט פאר א ווערטל.
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: או. קעי. אי האב עס נאר געזאגט פאר א ווערטל. דו קענסט שלאפן רואיג. איך האב נישט קיין כח אויפצומאכן נאך א ווינדאו פאר דיסקאשן...!