בלאט 1 פון 1

אינגערמאן מיט א יארמולקע אויף דעם באקאנטען מארק לוין טיווי ש

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:01 am
דורך תורה ומדע
Young conservatives discuss the state of American politics

https://video.foxnews.com/v/5770985848001/
נאר אין אונזער געבענשטער מדינה קען א פרומער איד אנקומען אויף א שאו פון מיליאנען קוקערס מיט א גאווה דקדושה.

Re: אינגערמאן מיט א יארמולקע אויף דעם באקאנטען מארק לוין טיו

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 12:19 am
דורך אונטער חכם
דוכט זיך בען שפירא גייט אויך א קאפל, און ער איז אן אפטער גאסט אויף פאקס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 1:45 am
דורך [NAMELESS]
גראדע איך בין נישט פונעם געבענטשטן מדינה.
מארק לעווין רופט מיר אן פאר זיין שוי, זאג איך אים האלט איין מינוט... איך שטופ פלינק אריין מיין -גמליאל בן פדצור/בין לאדין/מאכאניווקער רבי- בארד אין ביזעם טאש און טוה מיר אן א לייט בלויע קאפל מיט א סעיפטי פין...
אויטש... מיין קראזעלדיגע פיאות דערקענט מען נאך איך בין א איד! נא פראבלעם א 360 טוירן ארום די אויערן, וואס עפעס ארום די אויערן פרעגסטע? אונזערע טאטעס פלעגן דאך אזוי אויסנארן אלע גוים אין מאנהעטען....

Re: אינגערמאן מיט א יארמולקע אויף דעם באקאנטען מארק לוין טיו

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 10:57 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע האט געשריבן:Young conservatives discuss the state of American politics

https://video.foxnews.com/v/5770985848001/
נאר אין אונזער געבענשטער מדינה קען א פרומער איד אנקומען אויף א שאו פון מיליאנען קוקערס מיט א גאווה דקדושה.
וואס איז די ברכה? פארוואס איז אידישקייט בעסער היינט? פארוואס איז דער צושטאנד פון אידען בעסער אז א פאר קענען באקומען אביסל אטענטשען? פארוואס איז אונזער ברכה געוואנדען אויפ׳ן גוי׳ס אנערקענונג? (שלא עשני גוי - דער גוי האט מיר נישט געמאכט פאר לייט).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk