בלאט 1 פון 2
שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2018 1:36 pm
דורך בן ישי
קימט יעצט אריין די נייעס אז נאך וואס דוב הייקינד האט געמאלדן אז נאך 36 יאר וועט ער נישט לויפן פאר ווידערווילונג האט ער יעצט געזאגט אז ער וועט שטיצן שמחה אייכענשטיין צו לויפן אויף זיין פלאץ.
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2018 1:51 pm
דורך בן ישי
He's supporting Simcha Eichenstein, director of political and governmental services for the de Blasio administration, as his replacement
http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.3954077
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2018 2:37 pm
דורך [NAMELESS]
א רביש קינד?
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2018 5:24 pm
דורך סקרן
יא יוסף מרדכי אייכענשטיין'ס זון
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2018 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
א בילד, ביטע...!
Re: שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 1:14 am
דורך מוזיק עקספערט
berlbalaguleh האט געשריבן:א בילד, ביטע...!
שמחה איז דער וואס שטייט רעכטס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 12:18 pm
דורך [NAMELESS]
ווילאנג צוריק האט ער זיך געשוירן ס'בארד און פיאות?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 2:57 pm
דורך בן ישי
אפאר יאר צוריק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 3:03 pm
דורך בן ישי
אינטערסאנט אז ווי ס'זעהט אויס האט ער שוין שטיצע פון אלע זייטן הגם ער האט נאכנישט אפיציעל מודיע געווען אז ער לויפט.
אויך איז אינטערסאנט די שטיצע פון דוב הייקינד, ס'איז נישט קיין סוד אז ער האט געפלאנט צולויפן אפילו אויב הייקינד בלייבט.
(קען זיין אז דאס איז טאקע די סיבה אז הייקינד האט אויפגעגעבן, וויבאלד ער האט געוויסט אז אייכענשטטין גייט האבן שטארקע שטיצע אין ער קען נאך פארלירן קעגן עם האט ער מחליט געווען יעצט ארויס צוגיין מיט א גיטע נאמען אז ער האט אלעמאל געווינען אין יעדער וואונטשט עם אזוי שיין יעצט פאר די אויפטוהענגען פון אלע יארן... #קאנספיראציע)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:25 pm
דורך בן ישי
שמחה האט זיך היינט אפיציעל אפגעזאגט פון זיין פאזיציע אין די מעיארס אפיס אין דערקלערט זיין קאנדידאטאר פאר די אסעמבלי זיץ פון די אכט אין פערציגסטע דעסטריקט וואס פארטרעט בארא פארק אין א חלק פין פלעטבוש.
שמחה האט די שטיצע פון די געוועזענע אסעמבלימאן דוב הייקינד אין אזוי אויך האבן גרויסע קהילוץ ווי באבוב אין בעלז שוין דערקלערט זייער שטיצע אין פון פלעטבוש האט ער די שטיצע פון די צוויי גרויסע עסקנים חזקאל בעננעט אין ליאן גאלדענבערג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:29 pm
דורך בן ישי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 9:30 pm
דורך בן ישי
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2018 11:57 am
דורך בן ישי
אין די יוד די וואך רימט משה דוד נידערמאן אויס שמחה אייכענשטיין אז ער איז גיט פאר די פאזיציע
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 2:22 am
דורך בן ישי
Six of Boro Park’s Largest Kehillos Endorse Simcha Eichenstein
https://hamodia.com/2018/05/15/six-boro ... chenstein/Community Matters Interviews Assembly Candidate Simcha Eichenstein
https://m.soundcloud.com/simcha-eichens ... ichenstein
נשלח: פרייטאג מאי 18, 2018 2:48 am
דורך בן ישי
דער שוין היינט באקאנטער העשי טישלער (געלאפן אין די סיטי קאנסיל פארמעסט לעצטע יאר) האט געמאלדן אז ער וועט לויפן קעגן שמחה אייכענשטיין פאר די אסעמבלי זיץ.
טישלער האט א שיטה אז א קאנדידאט טאר נישט לויפן אן קיינעם קעגן עם, ער מיז וויסן אז די בענקל באקימט ער נאר ווייל ער גייט אויפטוהן.
העשי פלעגט הייסן זיינע קינדער לויפן אין היינט טוהט ער עס אליינס.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 2:23 pm
דורך שעפטל
העשי ווייסט פון די אטורני דזשענעראל פאזיציע...?
אויב שמחה וועט טאקע נישט האבן קיין קעגנער, חוץ וואס ער וועט געווינען קומט זיך עס אים, לויפענדיג כסדר צווישן די טראפן, יעדער שטיצט אים (לעת עתה)
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 3:14 pm
דורך בן ישי
יא איינס פון שמחה'ס גרויסע מעלות וואס האט עם אסאך געהאלפען אין זיין פריעדיגע פאזיציע איז אז ער ווייסט וויאזוי צו זיין גיט אין ארבעטן מיט אלע זייטן.
דאס קען זיין א גרויסע טובה פאר די יודן בעזה"ש
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 4:02 pm
דורך יין שרף
Hey! Welcome back @sheftle. We missed you
Re: שמחה אייכענשטיין פאר אסעמבלי
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 10:17 pm
דורך גראף
יין שרף האט געשריבן:Hey! Welcome back @sheftle. We missed you
איך האב געזעהן פריער אז @שעפטל איז צוריק נאר כ'האב גלייך געטראכט אז ס'איז מסתם א נייער ניק...
שלום עליכם וועלקאם בעק.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 1:56 pm
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:דער שוין היינט באקאנטער העשי טישלער (געלאפן אין די סיטי קאנסיל פארמעסט לעצטע יאר) האט געמאלדן אז ער וועט לויפן קעגן שמחה אייכענשטיין פאר די אסעמבלי זיץ.
טישלער האט א שיטה אז א קאנדידאט טאר נישט לויפן אן קיינעם קעגן עם, ער מיז וויסן אז די בענקל באקימט ער נאר ווייל ער גייט אויפטוהן.
העשי פלעגט הייסן זיינע קינדער לויפן אין היינט טוהט ער עס אליינס.
אינטערוויא מיט טישלער איבער זיין לויפן פאר אסעמבלי.
ער זאגט אז ער וועט פירן א קלינע קאמפיין און ער האט ליב שמחה...און ער בעט שוין איבער ווייל ער ווייסט אז ער וועט מאכן טעותים...
https://m.youtube.com/watch?feature=you ... BCxVMYnMT4
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 2:19 pm
דורך בן ישי
העשי טישלער געבט א קיש פאר שמחה בשעת'ן צאמנעמען פעטישעןס פאר זיין לויפן פאר דיסטריקט לידער
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 2:25 pm
דורך בן ישי
דערווייל הייסט עס אז טישלער וועט נאר לויפן פאר דיסטריקט לידער און נישט פאר אסעמבלי
נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 7:51 pm
דורך איסר האטלקי
בן ישי האט געשריבן:דערווייל הייסט עס אז טישלער וועט נאר לויפן פאר דיסטריקט לידער און נישט פאר אסעמבלי
ער האט דאך אליין געזאגט ער לויפט פאר ביידע?