בלאט 1 פון 2
סאטמאר רבי זצ״ל איז געווען גערעכט
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 11:01 am
דורך ידען
אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נישט דערמאנט פריער, אבער אין אלע 3 היימישע צייטונגען איז עס געווען אויף די העדליין אז פאנאוויטשער ראש ישיבה האט געזאגט אז הרבי מסאטמר צדק אין א אינטערוויא ווי ער האט זייער קלאר געזאגט אז מע וואלט קיינמאל נישט געמעגט נעמען געלט פון די מדינה און אזוי וואלט מען נישט געהאט די יעצטיגע פראבלעמען מיט זיי.
פאר מיר און אנדערע סאטמארע חסידים איז עס נישט אסאך נוגע ווייל איך דארף נישט אז קיינער זאל מיר זאגן אז מיין רבי איז געווען גערעכט. אפי׳ אויב זייי וואלטן נישט געארבעט אריינציריקן די ישיבה לייט אין מיליטער וואלט די רבי נאך אלץ געווען גערעכט, אבער אינטערעסאנט אלץ א נייעס איז עס יא, אבער נישט אזא אויפגעבלאזענע ווי די צייטונגען האבן עס געמאכט.
וואס זאגן די אנדערע וואס האלטן נאך ווייטער ביים נעמען געלט?
און זענען געווען נאך אנדערע וואס האבן די זעלבע געזאגט אין די פארגאנגענהייט?
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 11:07 am
דורך שמואל הלוי
ידען האט געשריבן:פאר מיר און אנדערע סאטמארע חסידים איז עס נישט אסאך נוגע ווייל איך דארף נישט אז קיינער זאל מיר זאגן אז מיין רבי איז געווען גערעכט
אויב ביסטו יא א סאטמארער וויאזוי שטימען דיינע תגובות אינעם הרב קוק אשכול?
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 11:11 am
דורך נפתלי
איך פארשטיי בכלל נישט די פאמפע
ער האט געזאגט אז סאטמאר רבי זצ"ל איז געווען גערעכט בנוגע נעמען געלט און אריינגיין אין כנסת, אבער נישט פאר די זעלבע סיבה
סאטמאר רבי זצ"ל האט געהאלטן אז אריינגיין אין כנסת איז הרג ואל יעבור און ס'איז השתתפות לרשעים,
פאנעוויטשער ראש ישיבה האט געזאגט אז מ'וואלט נישט געדארפט אריינגיין אין כנסת ווייל מ'וואלט געקענט מער אויפטוהן פון אינדרויסן
זיי זאגן ביידע די זעלבע זאך אבער די שיטות בלייבן ווייטער ביים אלטן
Satmar rebbe's opposition to kollel life
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 11:34 am
דורך real jew
Is the Satmar rebbe also right with his opposition to kollel life and his desire that every one goes to work? My guess is that if they close the kolloim and no longer need money from the government, they might change their mind about the Satmar rebee being right.
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 11:41 am
דורך ידען
שמואל הלוי האט געשריבן:ידען האט געשריבן:פאר מיר און אנדערע סאטמארע חסידים איז עס נישט אסאך נוגע ווייל איך דארף נישט אז קיינער זאל מיר זאגן אז מיין רבי איז געווען גערעכט
אויב ביסטו יא א סאטמארער וויאזוי שטימען דיינע תגובות אינעם הרב קוק אשכול?
קיק גוט. איך האב נאר נאכגעברענגט א צווייטנס ווערטער.
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 11:46 am
דורך טעפל
ער האט סך הכל געזאגט אז אשאד מהאט בכלל אנגעהויבען נעמען געלט און זיך אריינגעלייגט אין דעם פעקל.
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט וואלט גערונען דא פעך אין שוועבעל אויף דעם ציוניסטישען פאניווזע ראש הישיבה..
ר' בערל סר מן הדרך
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 12:23 pm
דורך הירשל ציג
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 1:14 pm
דורך ידען
הירשל
שרייב אביסעל אין אידיש, אויב סע ניש שווער.
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 1:54 pm
דורך לעמיל
ווען איך האב געליינט די ארטיקעל אין בקהילה האב איך גלייך געזעין אז דאס גייט זיין די העדליינס קומעדיגע וואך און די איד און אין די בלאט...... עס איז אינטערסאנט צו זעין וויאזוי מ'הערט נאר דאס וואס מ'וויל הערען, למשל די פארט פון הרבי מסאמער צודק איז געגאנגען אזוי די שרייבער פרעיגט אים וועגען די גזירה גיוס הייבט ער אן זאגען אז עס א מורדיגע פראבלעים און עס איז נאך קיינמאל געוועין אזא צרה, און די שרייבער וואס מ'זעיט אז ער פראבורט צו מאכען עפעס א וועלטס נייעס פרעיגט אים צו די חרדישע חברי כנסת טוען נישט גענוג? הייבט ער און זאגען אז מ'וואלט נישט געדארפט האבען קיין אייגענע פארטיי אזווי און אמעריקע אזוי דארף יעדער די וואטס פון די חרדים און די שרייבער האקט אים אריין איז האלסטו אז הרבי מסאטמער צודק? ענפערט יא ער איז געוועין גערעכט, און א שורה שפעטער זאגט ער קלאר איך האלט אז מ'דארף גיין צו די בחירות נאר מ'זאל נישט האבען קיין אייגענע פארטיי ווייל אז אזוי וועלען אלע פרטייען דארפען די חרדים אבער קלאר אז מ'דארף גיין צו די בחירות ווייל ער האלט אז אויב מ'וועט נישט וואטען וועט קיינער נישט קוקען אויף די חרדים, איבעריג צו זאגען אז דעיס שרייבט מען נישט נאר אז ער האט געזאגט הרבי מסאטמער צודק די איבעריגע איז שוין נישט א חילוק.....
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 4:04 pm
דורך שרייבער
נפתלי האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די פאמפע
ער האט געזאגט אז סאטמאר רבי זצ"ל איז געווען גערעכט בנוגע נעמען געלט און אריינגיין אין כנסת, אבער נישט פאר די זעלבע סיבה
סאטמאר רבי זצ"ל האט געהאלטן אז אריינגיין אין כנסת איז הרג ואל יעבור און ס'איז השתתפות לרשעים,
פאנעוויטשער ראש ישיבה האט געזאגט אז מ'וואלט נישט געדארפט אריינגיין אין כנסת ווייל מ'וואלט געקענט מער אויפטוהן פון אינדרויסן
זיי זאגן ביידע די זעלבע זאך אבער די שיטות בלייבן ווייטער ביים אלטן
די חלק האט די רבי אויך געזאגט אז מען קען אויפטון מער פונדרויסן
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 5:22 pm
דורך שמיטה
לעמיל האט געשריבן:ווען איך האב געליינט די ארטיקעל אין בקהילה האב איך גלייך געזעין אז דאס גייט זיין די העדליינס קומעדיגע וואך און די איד און אין די בלאט...... עס איז אינטערסאנט צו זעין וויאזוי מ'הערט נאר דאס וואס מ'וויל הערען, למשל די פארט פון הרבי מסאמער צודק איז געגאנגען אזוי די שרייבער פרעיגט אים וועגען די גזירה גיוס הייבט ער אן זאגען אז עס א מורדיגע פראבלעים און עס איז נאך קיינמאל געוועין אזא צרה, און די שרייבער וואס מ'זעיט אז ער פראבורט צו מאכען עפעס א וועלטס נייעס פרעיגט אים צו די חרדישע חברי כנסת טוען נישט גענוג? הייבט ער און זאגען אז מ'וואלט נישט געדארפט האבען קיין אייגענע פארטיי אזווי און אמעריקע אזוי דארף יעדער די וואטס פון די חרדים און די שרייבער האקט אים אריין איז האלסטו אז הרבי מסאטמער צודק? ענפערט יא ער איז געוועין גערעכט, און א שורה שפעטער זאגט ער קלאר איך האלט אז מ'דארף גיין צו די בחירות נאר מ'זאל נישט האבען קיין אייגענע פארטיי ווייל אז אזוי וועלען אלע פרטייען דארפען די חרדים אבער קלאר אז מ'דארף גיין צו די בחירות ווייל ער האלט אז אויב מ'וועט נישט וואטען וועט קיינער נישט קוקען אויף די חרדים, איבעריג צו זאגען אז דעיס שרייבט מען נישט נאר אז ער האט געזאגט הרבי מסאטמער צודק די איבעריגע איז שוין נישט א חילוק.....
דאס זעלבע איז מיט די גרויסע העדליין וואס דער איד האט געמאכט אז וויזניצער רבי פון מאנסי לאזט נישט זיין עולם גיין צו די בחירות.
דאס שרייבן זיי נישט, אז אלע וויזניצער חסידים לערנען דף היומי, און אז ביז היינט פלעגט ער יא שיקן זיין עולם צום סיום, און אפילו דאס מאל וואלט ער געשיקט זיין עולם, ווען נישט איין נקודה געפעלט איהם נישט.
זיי באטיטלען איהם נאך "הגאון הקדוש" - נישט געוואוסט אז מען קען זיין קדוש אפילו ווען מלערנט אלע יארן דף היומי
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 5:34 pm
דורך אלבערט
שרייבער האט געשריבן:נפתלי האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט די פאמפע
ער האט געזאגט אז סאטמאר רבי זצ"ל איז געווען גערעכט בנוגע נעמען געלט און אריינגיין אין כנסת, אבער נישט פאר די זעלבע סיבה
סאטמאר רבי זצ"ל האט געהאלטן אז אריינגיין אין כנסת איז הרג ואל יעבור און ס'איז השתתפות לרשעים,
פאנעוויטשער ראש ישיבה האט געזאגט אז מ'וואלט נישט געדארפט אריינגיין אין כנסת ווייל מ'וואלט געקענט מער אויפטוהן פון אינדרויסן
זיי זאגן ביידע די זעלבע זאך אבער די שיטות בלייבן ווייטער ביים אלטן
די חלק האט די רבי אויך געזאגט אז מען קען אויפטון מער פונדרויסן
סאטמארער רב וואלט נישט געלאזט גיין צו די בחירות אפילו אויב די חרדים האבן נישט קיין נציג אינעם כנסת.
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 8:20 pm
דורך קליינע רעבעלע
נאך אזאך האב איך געזעין אין זיין ארטיקעל ער זאגט דארט "אז ער רעדט נאר פין דעי וואס לערנען תורה דע אנדרע וואס לערנען נישט זאלן געזינטערהייט גיין אין מיליטער" דעי ווערטער זענען אין גאנצען קעגען דע שיטה פינעם סאטמאר רב
אבער פארשטייט זיך דעיס וועט מען נישט שרייבען ווייל עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר דע פארטיי
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 10:20 pm
דורך הירשל ציג
כ'שרייב אידיש ווען נאר מעגליך
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 10:26 pm
דורך זר זהב
ווער איז "הירשל ציג" מעג איך פרעגן? איז עס א ריעל נאמען, אדער א פען נאמען ?
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 10:56 pm
דורך הירשל ציג
א פען נאמען, בדוגמת "אליעזר עפשטיין" און "י.מ. סופר"
מיין בליץ-פאסט אדרעססע איז
neveler@gmail.com
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 11:03 pm
דורך ידען
דיינע בעסטע נעמען?
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:02 am
דורך randy_couture
טעפל האט געשריבן:ער האט סך הכל געזאגט אז אשאד מהאט בכלל אנגעהויבען נעמען געלט און זיך אריינגעלייגט אין דעם פעקל.
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט וואלט גערונען דא פעך אין שוועבעל אויף דעם ציוניסטישען פאניווזע ראש הישיבה..
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט!!!! ביי יעדע זאך וואס ס׳דא צוויי צדדים קענסטו עס זאגן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:23 am
דורך טעפל
randy_couture האט געשריבן:טעפל האט געשריבן:ער האט סך הכל געזאגט אז אשאד מהאט בכלל אנגעהויבען נעמען געלט און זיך אריינגעלייגט אין דעם פעקל.
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט וואלט גערונען דא פעך אין שוועבעל אויף דעם ציוניסטישען פאניווזע ראש הישיבה..
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט!!!! ביי יעדע זאך וואס ס׳דא צוויי צדדים קענסטו עס זאגן.
גערעכט, אבער אויף איהם האט מען געזאגט ביז יעצט "פאנביזער שייגעץ" וגומר..
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 6:32 pm
דורך נאך א פשט
טעפל האט געשריבן:randy_couture האט געשריבן:טעפל האט געשריבן:ער האט סך הכל געזאגט אז אשאד מהאט בכלל אנגעהויבען נעמען געלט און זיך אריינגעלייגט אין דעם פעקל.
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט וואלט גערונען דא פעך אין שוועבעל אויף דעם ציוניסטישען פאניווזע ראש הישיבה..
ווען ער וואלט געזאגט פארקערט!!!! ביי יעדע זאך וואס ס׳דא צוויי צדדים קענסטו עס זאגן.
גערעכט, אבער אויף איהם האט מען געזאגט ביז יעצט "פאנביזער שייגעץ" וגומר..
על כגון דא נאמר "ווען מען דארף דעם גנס נעמט מען אים אראפ פון די תליה".
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 6:42 pm
דורך איחוד פעלד
ווען זיי נעמען נישט געלט פין די מדינה וואלט נישט געווען אזוי פיל לומדי תורה.
די מציאות איז, אז סאטמאר תולדות אהרון גייט מען מער ארבעטען אין א"י, ווייל מען נעמט נישט געלט פין די מדינה.
ממילא, איז אביסל שווער צו פארשטיין זיין הודאה, חוץ טאמער ער גייט מיט'ן קאפ אין וואנט, און האלט אז לומדי תורה וואלט אייביג געווען.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:28 pm
דורך געפילטע פיש
סאטמערע רב איז דאך געווען קעגן כוללים.
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:10 pm
דורך דער (פינטעל) איד
דער בילד אויבן איז א בילד פון היינט?